Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 127
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-56

יחיאל גאטאװיזנע / דאם הינטערלאנד פוו כמיעלניק (תל-אביב)

passage_7adb030c850862fd449bcefa
Passage 2normalized OCR · source chars 58-1656

כמיעלניק האט פארמאגט אן אײגן ״הינטערלאנד׳■/ שטעטלעך און דערפער אין װעלכע ס׳האבן געוװינט אין א קלײנער צאל, צו 3—4 ביז 6 ײדן אין א דארף׳ און שטעטלעד װי פיערש־ ניצע׳ פיעטקעװיץ א.אנד. מיט 100 אין מער משפחות װאס זענען געװען צוגעבונדן צו דער שטאט כמיעלניק, צום עולם־ הבא פון כמיעלניק, װי אויך צום עולם־הזה. דען פון כמיעל־ ניק האבן זײ באצויגן אי זײער גײםטיקן באוארף, װי אתרוגים כל מיני תשמישי־קדושה אאז״װ׳ ארן אייך אלע אנדערע גשמױתדיקע געברויכן: שפײזן, לעדער, שניט־סחורה אאז״װ. דאס זענען אויך געװען די שטעטלעך פיערשניצע, פיעטקעװיץ, מאלישעװ, שלאדקעװ, גנוינע, םענדזשעװיץ מיט אלע זײערע ארומ׳קע דערפער, װאם יעדעס פון זײ האט געהאט א פאר ײדן, אזוי װי אויף א רפואה — צװישן די גרויםע עדות (כראמאדע) פויערים. פיערשניצע װאם האט שוין פארמאגט ביז א 100 אײנװוינער, האט אויך קײן אײגן בית־עולם נישט געהאט — כאטש תשעה־באב, פלעגט ם׳שטעטל גײן נאך די קינות א װיארסט בערך הינטערן שטעטל. לויט א מםורה איז מיט 100 אדער מער יאר צוריק דא געװען א ײדישער בית־ עולפ, װען דאם שטעטל איז געװען גרעסער. זינט יארן אבער שוין ברענגט פיערשניצע אירע מתים קײן כמיעלניק. דאס שטעטל איז אין מיניאטור געװען אן אפשפיגלונג פון אלע ײדישע שטעט און שטעטלעך אין פוילן ; האט געהאט א בית־ מדרש׳ מיט א װײבער־שול, מיט אן אײגענעם שמשר׳ איטשעלע גאזדרע, װאם איז געװען אי דער שמש אי דער אײנציקער װאסער־טרעגער אין שטעטל, און — דער אפיציעלער ״פירער״ פון די מתים אין שטעטל קײן כמיעלניק. אחוץ דעם איז ער אויך געװען משמש בײם רב װאס דאס שטעטל האט פארמאגט און דװקא תמיד זײער װאזשנע רבנים. אײנער פון די לעצטע רבנים איז געװען דער באקאנטער צױניכטישער מנהיג און גאון הרב יעקב סילמאן, דער ײנגסטער זון פון כמיעלניקער רב. — אבער פון דעם אלעם האט ער קײן פרנםה נישט געהאט, הגם

passage_b8cd01e209a9c84dafb73dd3
Passage 3normalized OCR · source chars 1657-2845

זײן שטוב איז נאך געװען א שטיקל לינת הצדק. אלטע לײט, װאס זענען אין טיפן עלטער געװען גאנץ אלײן, און זיך שוין נישט געקאנט ל״ע אלײן ״באדינען״, זענען ארײן צו ר׳ איטשעלע. שטעטל האט באצאלט, און פראדל, זײן װײב, האט זײ באדינט... געװען דארט אויך א באד מיט א מקװה, און אויף א קאװע־ לעפעלע האט עס אויך געהאט אביסל גבירים, אביסל שײנע ײדן, לײטישע בעלי־בתים און א היפש ביםל קבצנים. דאס שטעטל האט געהאנדלט מײםטנם מיט די פויערים פון די ארומיקע דערפער. .אזוי װי דאס שטעטל האט געהאט א גרויסן מארק׳ און די פויערים, פארנדיק קײן כמיעלניק אויפן יאריד האבן געדארפט פאשען די סוסים, האבן די ײדן דערפון גענאסן, און דערװײל א טאפ־געטאן דעם װאגן. די סחורה איז שוין אפט נישט דערגאנגען קײן כמיעלניק און ײדן האבן ״געמאכט א לעבן״. פון די שײנע ײדן איז כדאי צו דערמאנען : ר׳ שלמה אײזיק ראפאפארט, א כהן, װאס האט זיך מײחס געװען צום ש״ך, געװען א בר־אורײן און געהאט א װעלט־ לעכן קוק אויפן לעבן, געװען א שטענדיקער אבאנענט פון ״מאמענט״, געהאט א גרויס אייגן הויז מיט זעקס קאמארניקעם און האט פאר די טעכטער גענומען אײדעמם נאר פון װארשע, ״פרינציפיעל״. אז ער האט חתונה געמאכט א טאכטער, האט מען אראפגעברענגט קלעזמארים פון דער גובערניע (קיעלץ) מיט ר׳ יאםעלע כענטשינער, דעם דעמאלט בארימטן בדחן אין פוילן, װעלכער האט געװוינט אין קיעלץ•

passage_1b913063a3379660e3ee9b05
Passage 4normalized OCR · source chars 2847-3921

ר׳ שמעון גיבראװיטש מיט זײגע צװײ אפגעציטערטע קינדער: קאפעלע און באשעלע. װען באשעלע האט חתונה געהאט פאר דעם צװײטן גבירם זון אין שטעטל ר׳ אײזיק ראקאװסקים זון, קאפל, איז טאקע װידער געקומען ר׳ יאסעלע כענטשינער אלס בדחן, (ער איז אגב געװען דער ױגנט־חבד פון ר׳ שמעון װאס האט אויך געשטאמט פון כענטשין), מיט א קאפעליע פון םאמע קעלץ און עס איז געװען ״ליהודים״ אין שטעטל. גאנצע ״שבעת ימי המשתה״. א צײט־לאנג איז גערעדט געװארן װעגן דער חתונה. ר׳ שמעון יצחק גאלדבערג, א שװאגער פון ר׳ שמעון גיבראװיטש, האט זיך גערעכנט צװישן די גבירים אין שטעטל. ער האט געהאט זײער לײטישע קינדער מיט אײנגעבוירענער אינטעליגענץ, אויטאדידאקטן. ס׳איז געװען .א תענוג דארט אין שטוב צו פארברענגען. װעגן זײנע קינדער האט מען געזאגט, אז װען זײ װאלטן שטודירט, װאלטן זײ געקאנט זײן פראפעסארן אפילו אין פעטערבורג... דער עלטסטער זון, קאפל׳ האט פארמאגט אזא פײנעם שלום־עליכמישן הומאר, װאם האט ממש געװארעמט אין דעם פראסטיקן פוילן. דער ױנגסטער, חײמל, איז געװען א פארחלומטער פילאזאף, געקאנט כמעט גאנץ פשיבישעװםקי אויף אויםנוױיניק און שטיקער םלאװא־ צקי. שפעטער איז ער אװעק קײן װארשע און האט זיך ״אויס־ געחלומט״ אן אײגענע דרוקערײ.

passage_494dea29b92c9af2a9d5b5b0
Passage 5normalized OCR · source chars 3923-4122

ר׳ געצל איז געװען א רײכער ײד, האט סארמאגט צװײ געװעלבן : א פױויארניע און א שניט־קראם, די גרעםטע אין שטעטל. דערבײ האט ער זיך געהאלטן פאר אײנעם םון די גרעםטע למדנים אין שטעטל, געחברט האט ער זיך נאר מיטן

passage_eca38c4b26623cb5caffaaa0