Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 129
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-683

249 יחיאל גאטאװיזנע — דאס הינטערלאנד פון כמיעלניק 250 טאטע ז״ל אלס שוחט׳ און עלטערער פון זײ האט זײ געגעבן די ״ערשטע הדרכה׳/ דער כמיעלניקער רב פלעגט טאקע גאנץ אפט באזוכן פיערשניצע, און איז תמיד אײנגעשטאנען בײ אונז אין שטוב, פלעגט ער מיך, אלס 9־יעריקן ײנגל פארהערן אין... גמרא׳ בײ ס1 יאר האב איך פאר אים געזאגט 10 בלאט גמרא אויף אויםנװײניק און ער האט דעם טאטן באפוילן מיך צו שיקן אין ישיבה צו ר׳ יצחק ישעי׳, מחמת ״אזא בחור טאר מען נישט פארלאזך... אט אזוי ממש, די װערטער האט ער געזאגט, און ער האט מיך טאקע געהאלטן תמיד ״אויפן אויג׳/ װי אן אײגן קינד• — געגעםן בײם רב, און געשלאפן בײם רב׳ס טאטן ר׳ ישראל לײב; פון דאנען מײן צוגעבונדנקײט און פארבונדנקײט מיטן רב׳ס שטוב און מיט כמיעלניק.

passage_ceaad633b0952a4c195f5550
Passage 2normalized OCR · source chars 685-1849

אין דער צײט פון ערשטן װעלט־קריג, װען אין די שטעט האט זיך געפילט .א גרויסער מאנגל אין פראדוקטן און קײן שטיקל ברויט איז נישט געװען צו באקומען׳ איז פיערשניצע געװען אן עיר מקלט פאר א היבשע צאל גבירים פון כמיעלניק, װאס האבן זיך דארט אהין פארצויגן אויף א שטיקל צײט׳ עד יעבור זעם. אין די קלײנע שטעטלעך האט מען נאך װי עס איז געקאנט באקומען א ביםל קארן, אביםל װײץ, א קארטאפל, קרויט, בוראקעם בײ די פויערים ארום אין די דערפער, האט מען עס אלײן געמאלן אין דער שטעטלשער מיל, געבאקן פאר זיך װיפל דאס הארץ האט געגלוםט און געברויכט. אײנער אזא גביר איז אראפגעקומען פון כמיעלניק מיט 11 בנים׳ מיט זײדעם, באבעס, ממש א ״שטעטל״ פאר זיך... געלט איז געװען גענוג און מ׳איז אזוי אדורך די שלעכטע צײט. בכלל האבן ײדן זיך קעגנזײטיק געהאלפן׳ טאקע דורך די קלײנע שטעטלעך און דערפער ארום, װו די ײדן האבן באזארגט אלץ װאם ם׳שטעטל האט באדארפן. ײדן אין די דערפער ארום כמיעלניק איז ביז גאר אן אינטערעסאנטע פרשה. דאס זענען געװען מײםטנם פארפויער־ שטע ײדן כלפי־חוץ׳ אבער הארציקע טײערע ײדישע ײדן אין זײער גאנצן אינעװײניק. זײ זענען גרײט געװען דאם העמד פון זיך אראפצונעמען פאר א צװײטן ײדן און ײדישקײט. אזא למשל׳ אײנציקער ײד אין א דארף איז געװען ר׳ אהרן פרײס, דער פאכטער בײם װיעסקער פריץ. יעדן טאג ארום אזײגער

passage_8d0175802b6f81c76facd34a
Passage 3normalized OCR · source chars 1851-2437

11 — נאך דעם װי ער האט דערלעדיקט דעם פריצעם אי*ע געשעפטן — פלעגט ער קומען אין שטעטלשן בית המדרש דאװענען׳ לערנען א פאר בלאט גמרא און אהײם װידער העלפן דעם פריץ פירן זײנע גיטער און זײנע געשעפטן. זײן שװער איז געװען דער פאכטער בײם םטעצנער פריץ. דאס איז שוין געװען א פיר קילאמעטער װײט פון שטעטל, פלעגט ער דעריבער קומען אין שטעטל מיט דער גאנצער משסחה, מיט האק און פאק בלויז אויף צוױי טעג ראש השנה און ױם כיפוד, און אנגעװײנט א ױם־כיפור, אז עם האט פשוט געשניטן בײם הארץ... צי נעמט למשל, אזא ר׳ ױםף פון דריגניע אדער ר׳ מאיר גומיניצער, צי ר׳ בערל םון קשעלציץ, — אלץ הארציקע אינעװײניקסטע תוך־ײדן.

passage_b11030d8a2ef84dc38f9f8aa
Passage 4normalized OCR · source chars 2439-3457

א גאר באזונדערם אינטערעסאנטע אריגינעלע משפחה האט געװוינט אין דארף מאלישעװ׳ א קנאפ תחום־שבת פון פיערש־ ניצע. דאם איז געװען ר׳ איטשע בער ליס, װאם איז שוין נישט געװען קײן דארפם־ײד אין דעם אײגנטלעבן זין פון װארט, נאר טאקע אלײן א ״דזשעדזשיץ״, װאס האט פארמאגט אםך ערד, מיט גרויסע ״םטאװעם״ פיש, װאם זענען געגאנגען אין במיעלניק׳ קיעלץ׳ און ביז װארשע אנגעקומען. ער האט פארמאגט פיל פערד, בהמות אאז״װ. מיט איין װארט, א גוט־ באזיצער מיט אלע קלימפערלעך׳ און דערצו א הדרת־פנימ־ דיקער שײנער ײד׳ א למדן׳ װאס האט געלערנט יעדן טאג. נאכן דערלעדיקן די ״פאלװארק־ענינים״. ער איז געװען א נײ־שטאטער ״טיש־זיצער״. דער שענסטער ״הדר״ אויף םוכות פון דער גאנצער גובערניע׳ איז געװען בײ ר׳ איטשע בערן. יעדן שבת איז ער געקומען צו גײן אין פיערשניצע׳ — װאם איז געװען װײניקער װי א תחום־שבת פון מאלישעװ — צוזאמען מיטן זון׳ ר׳ אליעזר לײב און אײדעם ר׳ שמואל צבי ר׳ אליעזר לײב ליס מיט זײן פרוי און טאכטער מינקאװםקי און זײנע אײניקלעך; אברהמל׳ ראובן א״אנד• דער אינטערעםאנטםטער פון זײ׳ אברהמלע, איז געװען א ביז גאר באגאבטער טאלאנטפולער בחור׳ א שארפער קאפ׳ מיט

passage_9c079214aa215aaf76bd897c