Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 131
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1119

יעקב פרײדמאו / דאם שטעטל װי איד געדענק עס (מיאמי־ביטש) אונדזער שטאט כמיעלניק, איז געװען אנדערש פון אלע ארומיקע שטעטלעך סײ מיט איר אויסזען סײ מיט אירע פרנסות. געלעגן איז אונדזער שטאט מיט אירע פעםט־געבויטע הײזעד אין רויטע בלעכענע דעכער צוגעשמידט אײנם צופ אנדערו אויף א מער װײניק פלאכן שטח. ארומגערינגלט פון אלע זײטן מיט סעדער׳ לאנקעם און תבואה־פעלדער. זומער װען אלץ האט זיך צעװאקסן און צעבליט איז די שטאט פארשלונגען געװארן אין א ים פון גרינס. די פיר הױפט־גאסן׳ אחוץ קלענערע אומצאליקע געםלעך׳ זענען געװען : די קעלצער גאס׳ בוםקער׳ שידלעװער און די פינטשעװער גאם. קלענערע פוילישע װעגן׳ װעלכע זענען כמעט נישט גענומען געװארן אין באטראכט זענען געװען: זריצער׳ לוביאניער אאז״װ. דעם גרעםטן דערפאלג פון די אלע װעגן׳ װאס יעדער פ־ן זײ האט געפירט אין אן אנדער שטעטל׳ האט געהאט דער שידלעװער װעג* ער איז געװען געבענטשט מיט מער מזל װי די אנדערע. דער באלעבטער שפאציר אין די זומערדיקע פארנאכטן פון דער ױגנט האט זיך געצויגן גלײך ביז צום װעלדל. דער לופטיקער אראמאט׳ די שײנע פרעכטיקע לאנדשאפט און די פײזאזשן .ארום האבן פשוט פארכישופט דאם אויג. די אוים־ געשפרײטע תבואה־פעלדער און דער גאנצער האריזאנט ארום דאט צוגעגעבן שײנקײט און פראכט.

passage_de6facc009c747d6999b5912
Passage 2normalized OCR · source chars 1121-2210

דאם יונגע װעלדל מיט אירע גלײכגעװאקםענע בזשאכ־ קעלעך איז געװען תמיד פול מיט לעבעדיק ײנגװארג׳ װאס איז דארט געקומען אױף ״שפאציר״ און פארבראכט גליקלעכע טעג. צװײ װאםער־טײכן האט די שטאט פארמאגט : אויף אײנעם האט זיך געפונען די אלטע מיל אויפן פינטשעװער װעג׳ א מיל װאם האט געמאלן און געקװעטשט אײל. אויף דעם צװײטן טײך האט זיו געפונען די נײע מיל׳ באקאנט אלם לײזער פאדכאלערם מיל. עטלעכע הונדערט שפאן אװעק פון דער נײער מיל׳ איז געװען א ״גיפםארניע׳/ װו מ׳האט געמאלן גיפס. משהל רובין׳ דער אײגנטימער פון דער גיפם־מיל׳ א ײד .א ריז מיט א גרויסן ״בית קיבול״׳ האט זיך געהאלטן אפגעזונדערט פון די שטאט־באלעבאטים. יעקב פרײדמאן װי א צײכן פון דער נײער צײט איז אין צענטער פון שטאט *ױפגעשטעלט געװארן א פאראװע מיל. צװײ שותפים האבן פארװאלטעט מיט דער מיל : יאםל פינטשעװםקי און שמעון איציק װויציקעװיטש. צוליב א מחלוקת צװישן די שותפים איז די מיל אריבער צו יאםל פינטשעװסקי. אויפן קעלצער װעג איז אויסגעבויט געװארן א קאלך־אױװן׳ װו מ׳האט פון א םפעציעלן מין שטײן געברענט קאלך. די קװאליטעט פון כמיעלניקער קאלך איז געװען בארימט אין דער גאנצער געגנט. שמעון קויפמאן איז געװען באלעבאס. ער האט אויך פארװאלטעט מיט תבואה־פעלדער.

passage_63cd24d1930c819d372771ea
Passage 3normalized OCR · source chars 2212-3270

צװישן אנדערע אינדוסטריעס אין שטאט׳ װאם זענען פאר־ װאלטעט געװארן פון ײדן איז געװען ,א ביר־ברויערײ׳ װאם האט געשמט אין דער גאנצער געגנט. דער אײגנטימער איטשע מאיר דאמב׳ א רײכער ײד מיט א שײנער גרויסער בארד און בינאקלעס אויף די אויגן׳ האט באשעפטיקט א םך מענטשן׳ לעדער־פאבריקן׳ קלענערע און גרעסערע: די גוטמאנס־ הענעך העלבערג זענען געװען רײבע אנגעזעענע ײדן׳ א סך ײדישע ארבעטער זענען דארט געװען באשעפטיקט׳ און געצויגן זײער חױנה. אויפן בוםקער װעג׳ שוין מהוץ דער שטאט׳ האבן די בלאנקעם געהאט זײערע האלץ־לאגערן (סקלאדעס). דארט האבן זײ אװעקגעשטעלט גרויםע טארטאקן צו שנײדן ברעטער און כלערלײ געהילץ. זײ האבן פארמאגט װעלדער און אנדערע רייכטימער׳ באשעפטיקט א גרויסע צאל יידישע פארוואלטער׳ בוכהאלטערם און פראסטע ארבעטער. די שטאטישע קירכע מיט אירע גרויסע מויערן׳ װאם האט פארנומען א גאנצן בלאק ארײנגעפאםט צװישן שידלעװער און בוסקער גאס׳ האט מיט זיך פארגעשטעלט א מעכטיקע געמויערטע געבײדע׳ האט געשטיגי הוין־ מיט א שיפן צינק־ בלעכענעם דאך. צו קלאפן דעם דאך האט מען גערופן ײדישע בלעכער ־ דערצײלט מען׳ אז אײנער פון די ײדישע בלעכער איז אראפגעפאלן׳ נאר על פי נס האט ער זיך אנגעכאפט בײ

passage_fbde29c82431dd1c6cdf3057