Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 134
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1184

259 פנקם כמיעלניק 260 פון פערה א געקװיטשערײ פון חזירים, א געדונגערײ מיט קולי־קולות פון משװה װערן אין די אײזערנע דלאניעם. די גרעםטע ראליע האבן געשפילט און צוגעטראגן צום הו־הא די ײדישע מעקלערם׳ װאס האבן זיך דארט געדרײט ארים די גוײם. נישט איץ פויער איז ארײנגעצויגן געװארן אין דעם שפיל פון די טישלעך, װאס זענען געשטאנען מיט קארטן־װארפערײ, און פארשפילט די גאנצע פאר ״קארבלעך״ װאם ער האט אנגעלײזט פאר זײן פערד אדער חזיר... אין מיטן דער װאך פלעגן ײנגלעך זיך ארויםכאפן פין חדר — זיך לאזן אויף דער ״מריצע״ און מיט פאלאנט און פילקע אין האנט שפילן ״טשעטשי אםטאטני״. פרײטיק זענען די פישערם ארויםגעקומען אין מארק מיט קאדזשעם און באליעס װאםער, אין רועלכע זײ האבן געהאלטן די פיש. געװארט די באלעבאסטעם זאלן קומען קויפן לכבוד שבת. כמיעלניק האט אמת געהאט צװײ טײכן, זײ זענען אבער נישט געװען געבענטשט מיט מזל דגים. פיש האט מען געברענגט פון אנדערע געגנטן. שבת אין שטעטל. ס׳איז אנצוטאפן ממש מיט די הענט די פרימארגנדיקע שבת־שלוהדיקע געמיטלעכקײט. די געװעלבער פארמאכט, דער מארק רײן צוגעקערט. ס׳איז שטיל. קײן האנדל־װאנדל. בעלי־מלאכות קלאפן נישט. קײן זכר פון פערד און װאגן, די אײנציקע גוײשע חזיר־פלײש־געװעלבער װאם שטײען אפן, פוםטעװען אויך, און זעען אוים װי עפעס אן אומװירדיקײט אין מיטן דער שבת־הײליקײט.

passage_40957ad359d8a2a85794e30f
Passage 2normalized OCR · source chars 1186-2148

און נאך א געשעפט װאם איז גאר ציכטיק אויםגעפוצט און מ׳קוקט דערויף מיט א באזונדערן רעםפעקט, שטײט אפן — די אפטײק. דער פאן אדראבינםקי, א געענדיקטער מאגיסטער, שטײט אינעװײניק אין דער אפטײק, גרײט רעצעפטן, מאכט פיגולקעם. ארײגקומענדיק אין אפטײק, מוז מען אראפנעמען דאם היטל — א ײ ד דארף מען שטענדיק דערמאנען ־ ״טשאפקא״. נעמט דער ײד אראפ דאם היטל, בלײבט ער שטײן אין קאפל — פארדריסט עס אביםל דעם אפטײקער. די זון שטײט שוין נישקשהדיק הויך. דער טאג איז שוין דיפש דערװארעמט. קאזעם שםאצירן ארום און זוכן װו ם׳איז אויפגעלענט א טיר, אדער ם׳שטײט אפן א פאדער־הײזל, מ׳זאל דארט קענען כאפן עפעס• דערװײל רוקט זיך די זון ארויף צו דער מיט פון הימל. אט באװײזט זיך א געגײ איבער דער גאם, ברײטע שורות פון חםידישן עולם־ םאמעטענע היטלען, אײדעלע פנימער, נאז־טיכלעך ארומגעקניפט ארום די העלדזער צוליבן איבער־ געריםענעם עירוב. א לעבהאפטער שמועס צװישן די אהײמ־ קומענדיקע. טײל מאל גײט דער עולם גאר האםטיק, שמחהדיק. אײנער דעם צװײטן קלאפט פרײנטלעך איבער דער פלײצע. דאם גײט מען צו עמעצן אויף א ,׳קידוש״.

passage_2d42c5226210fe90ae075296
Passage 3normalized OCR · source chars 2150-2494

די לופט אין גאס װערט באלד אדורכגענומען מיטן ריח פון די טשאלענטער. פון אלע זײטן איז א געטראג. גרויסע דיניצעס װערן אזש געטראגן דורך צװײ פאר הענט, פון די אויערן בײ די זײטן. דא און דארט בײ א שבת־טיש שװיצט מען שוין און מען םמאקעװעט זיך מיט די ברוינע פעטע געריבענע טשאלנט־קארטאפלעם, פון צעפרעגלטן שמאלץ, אנגעפילטע קישקע אדער פון אנדערע צעקאכטע פלײשן.

passage_76cb5ac8819f15066a40aba7