Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 138
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-469

267 פ נ ק ם כמיעלניק 268 אזוי האט עם אנגעהאלטן ביז זעקס אזײגער פארנאכט. פלוצלינג װערט שטיל, יעדער אײנער װיל װיסן װאס עם קומט פאר׳ באלד דערהערט מען א געשרײ : הורא : הורא ! קאזאקן לויפן ארײן אין שטעטל מיט אויםגעצויגענע פיקעס אין די הענט ; א םך עםטרײכישע זעלנער גיבן זיד אונטער ; נאר דרײ זעלנער׳ צװישן זײ אײן ײד׳ װערן דערשטאכן אויף לעשמאנס טראטואר. אט לויפט שוין צוריק פון בוםקער װעג א קאזאקיש פערדל מיט א קאזאק אן א קאפ. אט .אזוי גײט אן דער געפעכט ביז ם׳װערט פינצטער.

passage_fc433eb3283896fe464ff039
Passage 2normalized OCR · source chars 471-1287

און אזוי װי די מענטשן הײבן אן ארויסצוגײן פון די קעלערס׳ הײבט זיד אן א נײע טראגעדיע ־ קאזאקן ברעכן אויר די טירן פון די קלײטן און ראבירן װאם זײ לאזט זיך. פרויען װערן שנעל אויסבאהאלטן פון קאזאקישע אויגן און די געשרײע גײען ביז צום הימל. עם צעקלינגען זיך די גלעקער פון דער קירכע. צום רב פון שטעטל לױפן ארײן דרײ פרויען מיט קלײנע קינדער מיט א ביטער געװײן און געשרײ. זײ זעען נישט די געפאר װאס לויערט אויף זײ. קוים זענען זײ ארײן צום רב האבן זײ זיך צעװײנט װי קלײנע קינדער: ״רבי׳ העלפט אונדז ! מען האט גענומען דרײ ײדן׳ באלע־ באטים׳ טאטעס פון קלײנע קינדער און מען מאכט אויף זײ א בלבול. אז זײ זענען שפיאנען ! זײ זענען דאך ערלעכע און פרומע ײדן ! רבי בעט גאט׳ אז ער זאל צוהערן דאס געווײן פון אונדזערע קלײנע קינדער :״ דער רב שטײט .א צעבראכענער און ברעכט זיך די הענט׳ און ענטפערט זײ: ״װאס קען איך אײך העלפן׳ אײן גאט זאל אײך העלפן״...

passage_c466fabf3d48bba95f97fa14
Passage 3normalized OCR · source chars 1289-2448

דערוױיל האבן די קאזאקן געפירט דרײ ײדישע ״שפיאנעך׳ מען האט זײ געפאקט רעדן צום שונא׳ זײ האבן הינטער די בערד געהאט טעלעפאנען׳ מען האט זײ געפירט צום קאזאקישן גענעראל (דאס אלץ איז געקומען צוליב זיך נישט לאזן ראבירן און אויך פארגװאלטיקן די פרויען)׳ װעלכער איז אײנגעשטאנען בײ דעם פאליאק׳ דער ראיענט פון שטעט< און װען מען האט זײ געברענגט צום גענעראל האט מעז דארט געזויפט פלעשער רוסישן װאדקא און שוין זײענדיק גיט פארכניאכקעט האט מען צו אים געברענגט דרײ ײדישײ קרבנות׳ פאר אים איז דאם געװען א פרײלעך שטיקל ארבעט. די קאזאקן האבן זיך געשטעלט פארן גענעראל און דערצײלט די װונדער װאם זײ האבן אויפגעטון: ״מיר האבן באלד דערשמעקט די יעװרעיעם׳ זײ זענען שפיאנען׳ מײ האבן זײ געכאפט טעלעפאנירן צום שונא׳ אונטער די יעװרײםקע בערד האבן זײ געהאלטן די טעלעפאנען״. נאך דעם װי די קאזאקן האבן זיך אויפגעהערט צו בארימען׳ האט דער גענעראל א געשרײ געגעבן : ״זענט איר שפיאנען׳ זײט זיך מודה׳ יעװרעיעס !״ צװײ ײדן׳ אויםגעדינטע זעלנעד פון ניקאלײעז האבן געענטפערט : ״נײן׳ גענעראל׳ מיר זענען ערלעכע בירגער פון רוסלאנד און פון קײסער׳ מיר האבן אײגענע גארבערײען׳ און אײגענע שטיבער ; מיר זענען ארנט־ לעכע באלעבאטים׳ מיר האבן פרויען און קינדער. דער רעיענט קען אונדז זײער גוט׳ מיר זענען נישט קײן שפיאנען״.

passage_7c02837ec588900a08e5d4ad
Passage 4normalized OCR · source chars 2450-3567

״אויב .אזוי װעל איך באלד װיסן װער די הינטישע יעװרעיעס זענען !״ באלד האט מען גערופן דעם פוילישן רעיענט און דער לאזאקישער גענעראל פרעגט דעם פאליאק פון שטעטל׳ װעלכער האט כמעט ס׳גאנצע שטעטל ײדן געקענט: ״דו קענסט די דרײ הינטישע יעװרעיעס צי נישטי״ און דער פאליאק מאכט זיך קוקן׳ אזוי װי ער װאלט זײ קײנמאל נאך נישט געזען און ער ענטפערט ציניש : ״איך זײ׳ די יעװרעיעסל קײן מאל האב איך זײ נישט געזען !״ דער גענעראל װערט אײן שטיק רוגזה. די רויטע ױכע קומט אים אין פנים ארײן און ס׳פארלויפן אים די קלײנע קאלמיקישע אײגעלעך און ער גיט זיך א צעשרײ׳ פונקט װי א װילדער לײב אין װאלד: ״שוין ברענגט שטריק און גלײך זײ אויפהענגען אויף דעם טויער פון דער גאם׳ זאלן אלע זען׳ װאס מען טוט מיט די ניקאלײעװסקע שפיאנען !״ באלד איז דער זון פון דעם פוילישן רעיענט געלאפן ברענגען די שטריק׳ ער האט זיך שטארק געפרײט׳ ער װעט זען מיט זײנע אויגן װי מען הענגט אויף דרײ זשידעם׳ דאם האט ער גאך קײנמאל נישט געזען. און אזוי װי דער פאליאקם זון האט געבראכט די שטריק האבן די ײדן אפגעזאגט װידוי און דער קאזאקישער גענעראל האט צו זײ א גרילץ געגעבן : ״װאס מורמלט איר דארט? דער שונא איז זײער װײט׳ ער װעט אײך מער גישט קענען העלפן׳ קרעציקע יעװרעיעס׳ שטעלמ אײך אויס!״

passage_593cedc9fdbcc0922c0d63d8
Passage 5normalized OCR · source chars 3569-4368

מען האט זײ אײנעם נאך דעם צװײטן די שטריק אויף די דעלדזער אנגעטון און דער גענעראל איז זיך געזעםן אויף זײן קאזאקישן פערדל און ארויסגענומען זײן רעװאלװער און געװאלט זען צי ער קען גוט שיסן. און אזוי װי מען האט אויפגעהאנגען אײנעם נאכן אנדערן׳ האט ער באלד געפרװוט זײן ציל. אזוי האט ער .אלע דרײ ײדן דערשאסן. אזוי זענען געהאנגען דרײ טײערע ײדן פון שטעטל. דאם בלוט האט גערונען און פאליאקן האבן זיך געפרײט׳ אז עס װערט װײניקער ײדן אין שטעטל׳ װעט פאר זײ בעסער זײן. א גאנצע נאכט זענען זײ אזוי געהאנגען אויף דעם טויער• צװעלף אזײגער בײנאכט האט אנגעהויבן צו דונערן און בליצן. עס האט זיך .אראפגעלאזט א שלאקס־רעגן פונקט װי א מבול װאלט אויף דער װעלט געקומען׳ אזוי האבן געװײנט די הימלען׳ אט אזוי האט געװײנט ס׳גאנצע שטעטל ײדן פון גרוים ביז קלײן. דאם איז געװען דער טרויעריקסטער פרײטיק פון דעי מלחמה פון 1914 אין כמיעלניק.

passage_eecdfe37e8accce8ba86058f