Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 159
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-40

חנה פוקס / א חתונה אין שטעטל (פתח־תקװה)

passage_feb17616844a2880bce46b69
Passage 2normalized OCR · source chars 42-1426

שוין פיל יארן אדועק זינט איך האב מײן געבורטס־שטעטל כמיעלניק פארלאזט. איד פרװו זיך דערמאנען פרײלעכע מאמענטן און ױם־טובדיקע שטימוגגען בײ אוגדז אין שטעטל פון מײנע פריעםטע ױגנט־יארן• מײנע געדאנקען שטעלן זיך אפ אויף דער צײט מיט פיל צענדליקער יארן צוריק׳ װען דאם שטרענגע רעליגיעזע לעבן האט דאמינירט בײ אלע ײדישע משפחות פון אלע שיכטן. אין יענער צײט איז די חתונה אין שטעטל געװעזן א שם דבר׳ זי האט געשאפן די אמתע פרײלעכע שטימונג. די שמחה פון דער משפחה איז געװען .א גרויםע׳ אלע האבן זיך מיטגעפרײט. אנגעהײבן האט עם זיך מיט א ״װארט״. נאך דעם װי די שדכנים האבן מיט גרויס מי מזװג געװעזן א חתן מיט א כלה׳ האבן זיך די מחותנים געטראפן און געמאכט א ״װארט״ פאר די תנאים. װען אלץ האט שוין געקלאפט׳ מען איז שוין דורכגעקומען מיטן נדן און חתן־כלה־מתנות׳ האט מען געפראװעט מיכ שמהה די תנאים׳ װען מען האט אויר באשטימט דעם זמן התונה. נאכן אפשמועסן דעם זמן חתונה׳ האבן חתן־כלה שוין מער נישט געטארט גײן בײנאכט אלײן׳ בפרט איז די כלה אפגעהיטן געװארן אויף יעדן טריט און שריט דורך באגלײ־ טערם. מען האט אנגעהויבן גרײטן די ״װיפראװע״. צום אײנקויף האבן זיך אײנגעזאמלט די מחותנים און מחותנתטעס װעלכע האבן זיך געברוגזט׳ װען די ״װיפראװע״ איז נישט געװען פין פאםע אטלאס און זײדנם. װען די סחורות זענען שוין געװעזן אין שטוב׳ האט מען געבראכט איציק עזריאל (איציק זריל) דעם שנײדער׳ אדער דעם ״גבירישן״ אהרון שנײדער׳ װעלכע האבן אין דער שטוב בײ דער כלה גענײט דעם אויסשטײעד. אין א פרײלעכער שטימונג האט דער עולם זיך געגרײט צו דער חתונה.

passage_b31a62bd1763b80eb10eb3a8
Passage 3normalized OCR · source chars 1428-2060

צװײ װאכן פאר דער חתונה איז געקומען די קעכין שרה פאבעליק און בערל שמש אויף א ראט■ װאם צו קאכן און באקן צו דער האכצײט. צום סוף האט די מחותנתטע שטרענג אנגעזאגט די קאכערס׳ זײ זאלן נישט פארגעסן ״פאלעכלעך״ פאר די משפחה־קינדער׳ װײל אויב אײן משפחה־ קינד האט אזעלכעם גישט באקומען׳ זענען די עלטערן בר־גז געװארן און צו דער חתונה נישט געקומען. מיטן דערגענטערן זיך פון דער חתונה האט זיך באװיזן דער לאמער משה שמש און גענומען די חתונה־קארטן צו פארטײלן אין שטאט. בײלע חוה מיט די פאלקערין האבן אויפגענומען בײ דער כלה די נעמען׳ װעמען מען האט דעם כבוד צו בעטן מינדלעך. בײלע חוה האט נישט געקאנט לײענען און שרײבן• זי האט אבער דערפאר געהאט .א גלענצנדיקן

passage_78f71d8ec2a77ea5e9e3ae27
Passage 4normalized OCR · source chars 2062-3557

זכרון און האט איר ארבעט פארענדיקט אין טאג םון דעל חתונה׳ קורץ פארן ״באדעקנס״. אין דעם טאג האט זיך אויך באװיזן משה שמש מיט די חופה־שטאנגען און בערל שמש דער סארװער. די חתונה איז פארגעקומען אין דער װוינונג פון דער כלה׳ם משפחה. אין א װינקל איז אײעקגעשטעלט געװארן א טיפע פלושענע שטיל׳ באדעקט מיט גרינס׳ װאם האט געדינט אלס כבוד־פלאץ פאר דער כלה אין חופה־טאג. די כלה איז געזעסן אנגעטאן אין א װײם חופה־קלײד מיט א װעלאן׳ און ארום איר פרויען און כלה־מײדלעך. פלוצלינג האט זיך דערהערט די שטים פון בדחן יאםל מארשאליק ־ ״שפילט אויף קלעזמארים׳ אין א מזלדיקער שעה׳ פאר דער טײערער כלה אין איר ױם הדין״... און סאנע ״קיגל מעגל״׳ אברהמלע און נטע מיט דער פויק׳ די באקאנטע כמיעלניקער קלעזמארים־ קאפעלע האבן אויפגעשפילט׳ אז עס האט אפגעהילכט אין דער גאנצער גאס. די וױיבער האבן מיט טרערן אין די אויגן באגלײט די כלה. נאכן באדעקנס האט מען דערהערט ־ ״אונטערפירערס״... און עס האבן זיך באװיזן די נאענטםמע פון דער כלה׳ס צד און פון חתנם צד. מ׳האט געפירט דעם חתן מיט דער כלה צו דער חיפה׳ װו עם האט שוין געװארט דער רב׳ הרב ר׳ אברהם יצחק םילמאן ז״ל׳ דער חזן ר׳ יעקל און אנדערע כלי־קודש. דער רב זאגט די ברכות און דער חתן דעם ״הרי את מקודשת״... און עם דערהערט זיך דאס צעברעכן פון כום׳ זכר לחורבן בית המקדש. דאן הויבן אן די קלעזמארים דעם סקארבאװן און טראדיציא־ נעל ניגון ״חתן כלה מזל טוב״... מזל מוב חתן׳ כלה און מחותנים. דער עולם זעצט זיך ארום די טישן׳ װײבער באזונדער און מענער באזונדער. דער םארװער בערל שמש טײלט לעקעך מיט קאמיםברויט און מיט א קלײן לעפעלע גיט ער יעדן אין מויל ארײן אײנגעמאכטס. דאם זעלבע טוט די טײלערין בײ די פרויען.

passage_ecf8515589b62ee7b7edbb86
Passage 5normalized OCR · source chars 3559-4132

פיל מאל האט פאסירט׳ אז פאר דער חופה האבן די צדדים נישט געקאנט דורכקומען. די מחותנים האבן נישט געהאלטן זײערע צוזאגן בגוגע דעם נדן׳ קעסט אאז״װ. עם האבן זיך אנגעהויבן קריגערײען׳ װעלכע האבן געדויערט פיל שעהן און דער עולם האט זיך אנגעהויבן צעגײן. עס האט אויך פאסירט׳ .אז צוליב גישט מקײם זײן די באשטימטע תנאים איז מען נישט געגאנגען צו דער חופה׳ און די כלה איז בבושת פנים אװעק צו די עלטערן און דער עולם איז זיך צעגאנגען. מען האט געזאגט׳ אז דאס קריגן זיך םון די מחותנים פאד דער חופה איז א סגולה פארן גוטן צוזאמענלעבן םון םארפאלק• עם האט פאסירט אין די װינטער־נעכט׳ װען דער שנײ און

passage_d769308c19dd3cc3a371cf4f