323 פנקם כמיעלניק 324 אבא־פאפלאק — צונאמען. פרידמאן — בײנאמען. ער איז קוים אבצן יאר אלט אבער קרעפטיק פארט שוין מיט א לאנדע בײ קאפל קאמינםקין. ער האט א טבע איבעראל ארײנצוזאגן א פאד װערטער. — האם מען דאס .נעכטן געשפילט אין דער ״םטראזשאצקער שאפע״ (פײערלעשער־זאל), די ״צעבראכענע הערצער״ מײן ער׳ איז דאס געװען צעבראכענע בענק — זאגט ער. — קומענ־ דיקע װאו װעט מען שפילן ״אוריאל אקאםטא״, בײ אים הײסט עס ״זריעל װאם קאכםטו״ — װאס לאכט עץ, אז איך בין א באלעגאלע, מײנט עץ, װײםעך שוין גארנישט י זאלן נאר אנ־ הײבן גײען די ״םאמאכאדן״, װעל איך פארן מיט אײנעם פון זײ עס קומען צו פארן מיט א לאנדע און װעגענער־לאדונג ײ ברידער מידלאזש, משה ראובן און ױנה. ײדן װי די דעמבעם. מיט זײ איז הײנט אויך געקומען זײער שװעסטער גיטעלע. זי דרײט זיך צװישן די ברידער װי א װײם־זילבערנע מױב. שמײכלט שעמעװדיק און עפנט נישט דאם מויל. משה איז א הויכער, שטאלטנער מענטש. נעמט אויף זײן פלײצע א קאפטן פון דרײ הונדערט קילא װי גארנישט. ראובן גײט אים נאך. ױנה איז אין א מונדיר פון א פוילישן אולאנער. ער איז אייף אורלויב. העלפט ער ארויס מיט א ״יאזדע״. פרנםה. מען דארף חתונה־מאבן א שװעסטער. מען זאגט אויף די ברידער ; ״טאקע באלעגאלעם אבער נישט קײן גראבע ײנגען. דער טאטע זײ־ ערער האט זײ געלערנט״.
חנהטשע מאנעלא רעדט אינטים מיט דער אײגנטימערין פונעם טײ־הויז. שטילער — װעגן א שירוך פאר זיך. העכער — װעגן דער מאמע, ברידערלעך, שװעםטערלעך. נאך א מײדל און שוין מאמעדיק, מוטערלעך. טראגט דעם עול פרנסה פון א הויז. פארט נאך סחורה קײן װארשע. פירט מיט אביםל הײמישע קיכלעך, א גרום פון דער מאמע פאר איר ברודער, א זעצער אין װארשעװער ״מאמענט״. פאר יעדן האט זי, די אלמנד״ א גוט װארט. לײגט גלײך די בריװלעך׳ װאס די געםט האבן געבראכט פאר כמיעלניקער בח רים, װאם דינען אינעם קעלצער 4־טן פולק סאלדאטן. חנהטשע מאגעלא שטײט דערבײ, רײבט די דינע, לאנגע׳ פון פראםט־געפרוירענע פינגער. דאם פנים איז פארשטײפט פון קעלט. מען מוז לעבן. — שמואל עליע, װאם זענט איר מיך אזוי משמח באלד אינדערברי ? — רופט זי זיך אן צו דעם בעל־מנגן, װאס האלט שוין בײם צװײטן ״פאל״ פון מאדזשיצער ניגון. טויבע ״באנדע״ איז אן אשת חיל, פירט געשעפטן װי א מאן, דער צונאמען ״באנדע״ איז פארבליבן צוליב א מעשה שהיה ? דער כמיעלניקער רב ז״ל/ זיצט אמאל בײ משה מידלאזש אין לאנדע. עם זיצן נאך ײדן. עס איז דאנערשטיק פארנאבט. אײן געזעם איז פרײ. משה דארף האבן נאך א פארשוין, א מאנצפארשוין ארײנצוזעצן. טויבע שפרינגט פון דער הויט. װיל אהײמפארן אויף שבת. נטע מידלארזש געפינט א היתר־
פרנסה. נעמט א באנדע, ציט ארויף אויף טויבען. שטעלט אויף דעם קאלנער און זעצט זי ארײן אין װינקל פון לאנדע. זי זיצט רואיק. די ײדן כאפן זיך נישט אז עם פארט מיט זײ אן אישה. מען איז אנגעקומען בשלום אהײם, אבער טויבע האט געקראגן איר פסק, דעם צונאמען ״באנדע״. קײן עין הרע : א סך געסט דעם הײנטיקן זונטיק. מארטין אײלט זיך אין זײן װארשטאט פון דאמען־מאנטלען. דער געזעלן פון פײגל די בעקערין, גאלדבלום׳ איז דאכט זיך זײן נאמען, אלעמאל טראגט ער א בוך אוגטערן ארעם. זיצט אינעם פום־גרוב בײם אויװן׳ װארט דאם ברויט זאל זיך אפ־ באקן. דער קאפ איז אבער אײנגעגראבן אין הײנריך הײנעם פאעזיעס ; שטײט בײ דער בײט׳ קנעט מיט בײדע הענט. דער קאפ איז אבער אנגעבויגן אויף א זײט. מיט די אויגן שלינגט ער א בוך פון געהטע. אזא פרעסער איז ער ! יעקל פרידמאן, טוער בײ די לינקע פועלי־צױן. פויזט ארום מיט א זײער סודותדיק פנים. ם׳איז פארטײ. אפשר איז ער געקומען אהײמנעמען זרובבלען אויף א לעקציע ? מ׳עט שוין זען שפעטער. נחמיה םאמבורםקי רעדט מיט יעקל פרידמאן װעגן א לעקציע װאם ער םאמבורםקי, דארף הײנט האלטן אי־ ועם קעלצער פראפעסיאנעלן פאראײן. שמואל עליע זינגט נאך אלץ.
נטע װײגבערג װיצלט זיך און שפאסט. אט שטײט ער בײם בופעט. פרעגט די באלעבאסטע װיפל ער דארף באצאלן. זי בארעכנט : ״צװײ צען״. װײנבערג נעמט ארױס פונעם מויל צװײ צײנער און דערלאנגט איר. עס װערט א געלעכטער. אלע לאכן• אהין און צוריק שפרײזט פסח קאװאל. זײן פנים איז װי פ־ן מעטאל׳ טונקלער מעש. אויף זײן פלײצע קען מען אנשפארן א בארג. ער דערכאפט זיך דאם הארץ מיט א טײ און א בײגל. רעדט נישט צו קײנעם. טראכט װעגן שרײפלעך און רערלעך װי אזוי קען ער אויםבעםערן זײן דערפינדונג — די ליכט־ מאשין ? ער פארט קײן לאדזש׳ אפשר קײן װארשע אדער קא־ טאװיץ. װער קען װיםן, אז ער רעדט נישט. שמואל עליע זינגט שוין דעם פערטן ״פאל״ פון דער מאדזשיצער סימפאניע. בײ א טישל דרימלט מאירל ״ניע שפי״. יקותיאל אבא איז שוין דערבײ און דערצײלט (נישט בחינם רופט מען אים ״ניע שפי״). ער דערצײלט װי מאירל פארט אמאל מימ דער באן׳ קומט צו אים צו א פוילישער קאנדוקטאר׳ בעט דעם בילעט און זאגט: ״זשידזשע ניע שפי״ (ײד, שלאף נישט), און מאירל עד הױם װונדערט זיך פונװאנען האט דער גוי געװוםט זײן נאמען... שמואל עליע װײל האט פארענדיקט דאס זינגען. ער פארט קײן ראדאם באזארגן דאס שטעטל מיט הארטע און װײכע לעדער. משה מידלאזש לײגט דעם טלית מיט תפילין, הויכט אויס אינעם אײז אויף דער שויב א קוקערל, ער גיט אכטונג אויף די פערד,
די אלמנד״ בראט גענדזעגע לעבערלעך׳ קאבט פופיקלעך׳ בראט אפ א צװײ גענדזלעך, קאכט א קרופניק, א זופ אזא