Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 174
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1121

מאטל גאלדליסט / מלמדים אװ חדרים (תל־אביב) די ערשטע זארג בײ עלטערן אין כמיעלניק, גענוי װי אין אלע אנדערע שטעטלעך אין פויל׳ן, איז געװען די פראגע פון דערציאונג פאר קינדער. דער ״חדר״ איז געװען אלע יארן די װיכטיקסטע דערציאונגס־אינםטיטוציע, אין װעלכן קינדער פלעגן לערנען פון גאנץ פרי ביזן שפעטן אװנט, אזוי באלד פון דער פריעםטער קינדהײט אן״ די גרויסע צאל מלמדים אין שטעטל האבן זיך געטײלט אויף דרײ הויפט־קאטעגאריעס : דרדקי־מלמדים, חומש־רש״י־מלמ־ דים און גמרא־תוספת־מלמדים, בײם דרדקי־מלמד האבן די קינדער געלערנט אלף־בית און װי צו לײענען א העברעאיש װארט. דערנאך זענען זײ אריבער צו א העכערן מלמד — אדער ״רבי׳/ װי די קינדער האבן אים גערופן — כדי צו לערנען חומש מיט רש״י. צװישן די דרדקי־מלמדים געדענק איך םפעציעל : דעם אלטן ױיזעפ, זײן זון אלתר׳ חײם־לײזער, הירש־מענדל און הענעכל ״טשאפ״. אויף דער פינטשעװער גאם׳ אויפן בערגל, האט געװוינט א מלמד, װעלכן מ׳האט גערופן הלל פושטא. ער פלעגט גײן איבער די שטיבער און לערנען אלף־בית מיט מײד־ לעך, װעלכע זעגען נאטירלעך געװען פטור צו לערנען אין ״חדר״. כמעט אלע דרדקי־מלמדים האבן געהאט ״בעלפערס״ — דאם הײםט געהילפן װעלכע פלעגן ברענגען און אהײמפירן די ױנגע תלמידים, דרײ בױ פינף־יעריקע קינדערלעד•

passage_566f8480580441813386fd29
Passage 2normalized OCR · source chars 1123-2040

פון די אלע דערמאנטע חדרים איז צום מײנםטן פאפולעד געװען דאס חדר פון אלטן ױיזעפ, זײן װײב די ״רביצין״ האט אים פיל געהאלםן אכטונג צו געבן אויף די קלײנע קינדער. חוצדעם האט ער אויך געהאט גאנצע צװײ ״בעלפערם״ — גרשון בוצעק און יעקב־אידעל. קינדער װאם פלעגן װײנען און נישט װעלן לערנען, פלעגט די ״רביצין״ אײגנעמען מיט א קיכל אדער זיםװארג, פאר װאם די עלטערן פלעגן באצאלן. דאם איז געװען א זײטיקע הכנםה פון דעם מלמדם װײב, װײל נישט געקוקט אויף דעם װאס קײן חדר־ײנגלעך האבן, ברוך השם, אין שטעטל נישט געפעלט און די חדרים זענען געװען געפאקט, האבן די מלמדים נעבעך געלעבט אין גרוים דחקות ? געמוזט זוכן זײטיקע פארדינםטן, װי שדכנות, האנדלען מיט ספרי־קודש אדג״ל, אױך די װײבער פלעגן צוהאנדלען צו־ ביסלעך — מיט נאפט, מיט הײװן אא״װ. די עגגשאפט אין אזא ״חדר״ איז געװען אין לשער. דאם ״חדר׳/ אין װעלכן איך האב געלערנט, למשל, איז באשטאנען פון אײן צימער, װאם איז געװען די גאנצע װוינונג פון רבין. אײן װאנט איז געװען באשטעלט מיט בעטן, אין א װינקל איז

passage_c23a5f6716571fe39e79abe1
Passage 3normalized OCR · source chars 2042-3231

געשטאנען די ״שלאף־באנק״, װו ס׳זענען געשלאפן דעם רבינס פיר קינדערלעך : צװײ צופיסנס, צװײ צוקאפנם, און די גרע־ סערע פלעגן שלאפן אויפן לאנגען טיש, בײ װעלכן מ׳פלעגמ לערנען דעם גאנצן טאג. אין אײן װינקל איז געשטאנען א גרויםער קופערט מיט די זאכן און אין צװײטן װינקל האט זיך געפארעט די רביצין, געקאכט און געװאשן... אביסל מער זארג האבן עלטערן ארויסגעװיזן בעת די קינ־ דער האבן שוין אנגעהויבן לערנען חומש מיט רש״י. דא האט מען שוין נאכגעזוכט א בעםערן מלמד, — אזא װאם זאל אויך קענען האלטן אין צוים חברה ײנגװארג. די דאזיקע מלמדים פלעגן שוין אויך זיך באנוצן מיט קאנטשיקעס. דער בעםטער ״קלאפער״ איז געװען דער חומש־רש״י־מלמד יאנקל קעשעניעװער, װעלכער האט אויך געשמט אלם דער בעסטער בעל־תוקע. צו דער קאטעגאריע מלמדים האבן נאך געהערט : מרדכי קוגל, זקן מאראװיץ, חײם נתן מאירל פיערזש־ ניצער, דער געלער לײביש אבל — זײ אלע האבן אויך נישט געהאלטן די הענט אין דער װעםטל־קעשענע. א מלמד מיט מער רחמים איז געװען לײביש װיעםקא. די חדר־ײנגלעך פלעגן איש רופן ״לײביש דראנג״, װײל ער איז געװען א הויכװוקםי־ קער מיט לאנגע הענט און לאנגע פיס. ער פלעגט שלאגן די קינדער מיט א האנטעך. זײן װײב פרײדל פלעגט זיך אבער תמיד שטעלן אין מיטן און ארוים קעגן אים מיט מענה־לשון : ״גזלן, זאל בעםער מיר טרעפן דער קלאפ אײדער, חלילה, די קינדער :״

passage_83673ddcfa078f566c663ebb
Passage 4normalized OCR · source chars 3233-4069

גאנץ אנדערש האט זיך נוהג געװען מיט זײנע תלמידים ר׳ משה יקיר. פון זײן נאטור איז ער געװען א געלאסענער, נישט קײן כעםן. געלערנט האט ער מיט א םפעציעלן גיגון און פארנאכט נאכן לערנען האבן די תלמידים זיך געזעצט ארום טיש, מהנה געװען דעם רבין מיט א פאר ציגארעטן, און ער, דער רבי, פלעגט דערצײלן מעשױת אן א שיעור, פרײלעכע און טרויעריקע, מעשױת װעגן בעל־שם־טוב און אנדערע גוטע ײדן, װעגן רויטע ײדעלעך פון םמבטױן, אדג״ל. האט זיך עמיצער פארזינדיקט, האט ער באלד געהאט א מעשה, װאס האט אויף דעם ײנגל אנגעװארפן אזא פחד, אימה און חרטה׳ אז ער האט שוין פארזאגט א צענטן, און דאם האט געװירקט מער װי דער קאנטשיק. ר׳ משה יקירם פלעגט, למשל, אזוי אײנטענהן מיט זײנע תלמידים, שטײענדיק אין א זומער פארנאכט בײם ״פונאנדער־ לאזן״ דאם חדר און מורא־האבנדיק מי ױדע װאם די װײסע חברהניקעס קענען נאך אפטאן אין אזא זומערדיקן אװנט : — איר זעט װי אין הימל ברענט א פײער ? — האט ער

passage_7763f7d6807dcb6ed6ae6e2d