Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 179
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1028

349 מרדכי זאנשײן — דער מארק און דאם קלײנע מארקל 350 טאג־און־נאכט געהאט אן אנשפאר. שטילע. צניעותדיקע ײדן. א שם־דבר איז געװען יאסל פענדזעל, דער קאלך־הענדלער. אין סאמע מיטן יאריד איז ר׳ יאסל אװעקגעלאפן זיך טובל זײן אדער ארײנכאפן א ױם־תהילים, און דער אײדעם מאקה רעיפיש פלעגט ארוים פון די כלים... א מישמאש פון יראת־ שמים, קאלך־און טעאטער־רעזשיסעריע. צװײ דרוקערײען אינעם הויז פון די בלאנקעס. אײנע — ר׳ חײם מרדכי פײנגאלד׳ס, א שטיקל ציניקער׳ אבער ערלעך׳ ארבעטזאם. זײנע קינדער : ױדל און פײגעלע — צױניםטישע מנהיגים אין שטעטל. די צװײטע דרוקערײ ״ענערגיע״ כמעט א צושטײער צום אויפקומענדיקן פראגרעם, געהערט צו די ברידער דזיארע. מענטשן פון כמיעלניקער געזעלשאפטלעכקײט. ר׳ חײם בלאנק, א באשײדענער גבירישער ײד, מיט ענערגיע געפירט זײנע טארטאקן און קאלבאוױונס. פון די מאדזשיצער אויבן־אן זיצערס. נישט געשטערט די קינדער אין זײערע ״נײע״ דרכים. דער צענטראלער פארקויף פון זאלץ, נאפט און צוקער איז געװען בײ ר׳ שײע שמואל מארגוליעס. מיט התמדה אין רוטין געפירט די געשעפטן, אין א פרײער מינוט מעײן געװען אין א ספר, מחנך געװען די בנים אין ״טאטנם״ דרכים.

passage_36e6b5a751f31136058aff6c
Passage 2normalized OCR · source chars 1030-2191

דער אײזן־צענטער פאר דער גאנצער האנדלס־םביבה, תורה און חכמה, קאצקער חםידות ממש, מחבר פון ספרים, א רח־ בותדיק־נגידיש הויז, צװײ מאל אין יאר אין די אויםלעגדישע בעדער — ר׳ משה׳קע פײנגאלד בכבודו ובעצמו. די ױצאי־ חלציו, אקטױו־צױניסטישע אינטעליגענץ אין שטאט. ר׳ שלמה זאנשײן, צושטעלער פון שול־ביכער פאר די שטאטישע און דארפישע שולן, בעלעטריםטיק און װיםנשאפט פאר קולטור־דורשטיקע מענטשן. שטיל, אײדל, צניעותדיק. דער ״מגן־אברהם״ פון טריסקער מגיד — א שטענדיקער באשטאנדטײל פון טיש. זײן יראת־שמים און למדנות האבי משפיע געװען אויף די װעלטלעבע דרכים פון זײנע קינדער. אין זעלבן הויז: א ברײטער שניט־האנדל פון ר׳שלמה זילבערבערג. מיט מי און פלײםיקײט דערגאנגען צו א מדרגה פון אן אנגעזעענעם סוחר אין שטאט, א װארעמער שליח־ צבור. זײן לעבהאפטיקײט איבערגעגאנגען צו די קינדער. דער ריח פון לעדער איז איבערגעגאנגען צו ר׳ יעקל קנאבעל בירושה פון זײן פאטער ר׳ חײם, דעם אלט־אײנגע־ זעםענעם גארבער. ר׳ יעקל האט געהאנדלט בניחותא, געדינט דעם רבש׳ע מתוך הרחבת־הדעת. צום שפעטסטן זיך אפגע־ פארטיקט מיט די אושפיזין אין דער םוכדי. אן ארבעטזאמער ײד, ר׳ יעקל פלוציענניק, פארהאנדלט לײװנטן צו די טאנדעטניקעם. שװער, אבער ערלעך געגאנגען זײן װעג, חזן־משורר, מעורב בין הברױת. משה און טובה — דעם טאטנס קינדער...

passage_3f8cdff07de3536bc97ed5d6
Passage 3normalized OCR · source chars 2193-3332

ר׳ מענדל בוגײסקי מיט ר׳ בצלאל מאלע האבן װארעמקײט אין די שטובן ארײנגעבראכט — קוילן גלײך פון דער קא־ פאלניע. ענערגישע סוחרים, הארציק־װוילע ײדן, ממשותדי־ קער צױניסטישער חינוך, די קינדער פארפלאנצט אין דער ארץ־ישראל־ערד. פארטאגם האט איר געקענט זעען ר׳ בנימין זאנשײן אין א באנדע אויפן װעג קײן גענוינע, בײם פריץ קארן־װײץ געהאנדלט. שבת־ױם־טוב — כמעין־המתגבר בײם עמוד, א חזקה אויף מוספים אין ״שידלעװער הויף״. ר׳ הערשל גלין — א שם־דבר אין די רײען פון ארבעטער און בעלי־מלאכות, געפירט א שוםטער־װארשטאט און דערבײ עוסק געװען בצרכי־צבור באמונה. ״װעסאלע״ און ״צעלין״, די בארימטע ײדישע דערפער נעבן כמיעלניק זענען מפורסם געװען צוזאמען מיט זײערע באלע־ באטים, ר׳ עוזר און זון אברהם ישטראך, מוםטערהאפטע פעלד־ די משפחה פון ר׳ ישעיהו־שמואל מארגוליעם. װירטשאפט געפירט — א בײשפיל פאר די ארומיקע גוײם, מתן־בסתר און צדקה־לענײם — ביד רחבה. חסידים און גאטס־ פארנטיקע ײדן געװען. מיכאל רײך, שוםטער־טשװעקעס און סטאלער־לאם — א באזיס פאר פרנסה. חרדים מעמקא־דליבא. שלמהלע מיט חםידישן ברען — א מנהיג פון השומר הצעיר. אן עין־הרע־אפשפרעכעניש נאר בײ ר׳ יהושעלע מלמד — ״געכאפט אויף דער מעשה״ — מבטל תורה געװען לא עליני און געלערנט מיט תינוקות של בית־רבן די רוםישע בוקװעם.

passage_a6eb699ced1d3667d753ba47
Passage 4normalized OCR · source chars 3334-3513

װײצן־מעל אויף שבת־קווש־חלות נאר בײ ר׳ משה שליאכ־ ציץ — שידלעװער חםידות מיט מסירות־נפש. דער ״קדיש״, דאם בן־יחידל, מיט חלוצישער אומװעג־עליה דערגרײכט אין 1920 די ברעגן פון ארץ־ישראל.

passage_dd93d0fec791ab435b141c96