Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 184
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-948

359 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 360 פארוים איז געטראגן געװארן די רויטע פ־עלי צױן פאן׳ געהילט אין שװארצן. די חברים לײבל װילטשיק און יעקב פרידמאן, די צװײ שטאט־לאװניקעם מיטן םאציאליםטישן שטאט־פרעזידענט, האבן אנגעפירט מיטן לװיה־צוג און הינטער זײ הונדערטער ארבעטער, ױגנט און םתם פאלקם־ מענטשן. געקומען זענען אויך דעלעגאציעס פון די ארומיקע שטעטלעך — װו אברהם יצהיק האט מיטגעװירקט בײ דער ארגאניזירונג פון דער דארטיקער ױגנט. שול־קינדער־גרופן האבן געטראגן בלומען־קרענץ, דאכט זיך דאם ערשטע מאל א יף א ײדישער לויה אין כמיעלניק. בײם אפענעם קבר האבן אים געזעגנט די ח״ח קלארמאן, כאמבורסקי, שענטאל און דער פוילישער שטאט־פרעזידענט. נאך דער לװיה האט די קהילה געדראט אויפצוגראבן דאם קבר און דעם מת באגראבן הינטערן פלויט. זענען דעריבער אװעקגעשטעלט געװארן חברים אויף שמירה בײם קבר. אין משך פון אכט טעג און נעכט נאכאנאנד האבן זײ געהיטן און נישט דערלאזט אדורכױפירן דעם װילדן פלאן. די דאזיקע לויה־געשיכטע האט אין זײנער צײט געפונען א גרויםן אפקלאנג אין דער ײדישער פרעסע.

passage_cbd2b74bd3c2d0e338b204eb