Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 193
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-756

377 משה יאסל סמאלארזש — פון זײן ליטערארישער ירושה 378 קלינגענדיקע געלעכטערלעך, טענער פון קינדערישע לידלעך, הײמלעבע אויםגעשרײען. א פריש׳ שמעקנדיק װיגטל, דער־ קלויבט זיך מיט א זײדענעם שארך צו אונדזערע פנימער. מיר זוערט לײכט׳ אזש ם׳גלוםט זיך מיר אונטערצוהאפסען. נאר מײן מאמע גײט אזא פארלאזענע, זי שארט זיך מיט פאמעלעכע טריט, האלט אונטערן טיכל מײן האנט און פירט מיך... מיר דערװײטערן זיך פון געםל און גײען אריבער די ״לאװע״. איצט װערט מיטאמאל פארשניטן יעדער אפהילך, יעדער קלאנג פון שטעטל. די נאכט איז דא אײנגעהאלטן, פארבארגן אין זיך, בלויז דער טײך פליםטערט, מורמלט שטיל. גרינלעכע זשאבעם קװאקען אומרואיק פארבענקט. קרומע, געבויגענע װערבעס שפיגלען זיך מיט די באבלעטערטע קעפ אין טײך, װאס איז איצט שװארץ, װי שװארצער מארמאר. זײ װאשן מסתמא פון זיך דעם שטויב פון טאג.

passage_9db39dcafd41e0665b1f24cf
Passage 2normalized OCR · source chars 758-1813

מײן מאמע פירט מיך איצט אויפן זעלבן װעג, װאם מ׳זעט דורך אונדזערע פענצטער. דאם איז א ברײטער, געל־זאמדיקער װעג, װאס פירט אהין צום טרוקענעם םאםנע־װאלד. פארן װאלד ליגט א צעװארפענער זאגײגיק. די ױנגע סאסנעס עטעמען פון זיך ארויס א שארפן זשױויצע־ריח. זײ זעען פונדערװײטנם אוים אזעלכע ברײטע׳ װארפן צעפלאשעטע שאטגם ארום זיך און אין מײגע אויגן נעמען די שאטגם זיך באװעגן רירעװדיקע און לעבעדיקע. אט דאכט זיך מיר, אז איך שטײ אויף אן ארט. און די בוימעלעך גײען מיר אנטקעגן. די נאכט צעשומיעט זיך אין מײנע אויערן. די לופט מיט קילע פינגער נעמט באטאפן מײן גוף. די פים װערן מיר אונטע־ געבראבן. איך שוידער אויף, אזש איך פארליר אויף א רגע דעם אטעם. נאר באלד צעשרײ איך זיך מיט רציחה־ — מאמע װואהין גײט מען ?... — מײן מאמע, װעלכע האט די גאנצע צײט זיך געשלײכט אזא פארטײעטע, מיט שאטנדיקע לײכטע טריט — קורטשעט זיך איין פון מיין געשרײ. איר פנים שרומפט זיך צונויף אין א װײטיקדיקע מינע. א בלאםע און א דערשראקענע מיט אײליקע, האסטיקע טריט אײלט זי מיט מיר צוריק איז שטעטל. בײם צוריקגײן איבער דער ,׳לאװע׳/ גיט זיך א שפאר דורך מײנע אויגן א שטראם הײםע טרערן און איך צעװײן זיך אויפן הויכן קול.

passage_446c53f52871b8c8ca0e284f
Passage 3normalized OCR · source chars 1815-2784

אין געםל איז שוין שטיל. די לופט א מידע אטעמט מיט לינדע װינטעלעך. אין טײל הײזלעך איז שוין פינצטער. מען שלאפט שוין. און פאר א טײל הײזלעך ליגן אויםגעצויגן באלעבאטים אויף הוילער ערד און כאפן א דרימל. פון די אפענע פענצטער זשומען ארויס פליגן, שפילן ארויס גרילן און די לופט ווערט אנגעזאפט מיט נאכט, מיט שפעטער׳ מידער שעד״ מיט פרעמדקייט און מיט שרעק. צוליב דעם פארגײט זיך מײן געװײן, מײן שטילסטער זיפץ אזוי אוים־ טערליש טרויעריק און אומהײמלעך, אזש איך דערשרעק זיך פארן אײגענעם קול. די מאמע גלעט מיך, בעט זיך בײ מיר, איך זאל אויפהערן. נאר איך קאן זיך נישט שטילן. ביז לםוף רעדט זי פארצװײפלט ארויס : — אוי יװי זינדיק בין איך׳ װי פארשאלטן... אירע רײד פארקלעמען מײן געמיט. אלץ אין מיר װערט פארקײכט, אפגעהאקט און שטיל. שפעטער, ליגנדיק שוין אין בעט קען איך זיך נאך אלץ מײן הארץ נישט בארואיקן. איך ליג א דערשלאגענער און העשע ארײן אין קישן. מײן מאמע גלעט מיט איר קילער דלאניע מײז הײס, פארװײנט פנים, קושט מיט באטרערטע אויגן און שעפ־ טשעט אין מײן מויל אריױ גוטע, שטילע׳ טרײםט״דיקע רײז־ן

passage_9d7e4cc3396571eb8663f7f1
Passage 4normalized OCR · source chars 2786-3959

מײן ארעם קינד, אז דו װעםט מיטן אויבערשטנס הילף אונטערװאקםן, װעל איך דיך אנטון װי א שררהשן זון• װער ם׳װעט דיך נאר זען, װעט דיר נאכקוקן און זיך פרעגן װער איז דאס שײנע, געראטענע קינד. און אנדינגען װעל איך דיך צו די גרעסטע מלמדים׳ וװ ס׳לערנען די אײדלםטע באלעבא־ טישע קינדער. איך הארך אירע רײד און באנעם זײ נישט. אין מײן געמיט טריפט נאך אלץ די פריערדיקע שרעק. נאר גוט איז מיר בלויז צו הערן דעם קלאנג פון אירע באהארצטע װערטער און צו פילן אויף מײן פנים איר װארעמען אטעם. גיט איז מיר אויך זען איר פנים באגאםן מיט בלויען שײן. מײן הארץ הערט אויף צו העשען׳ עטעמט נאר בלויז פון צײט צו צײט טיף אפ. דורכן אפענעם פענצטער בלאזן ארײן קילע װינטלעך. איך טוליע מיך אײן אין איבערבעט און ם׳װערט מיר מיטאמאל ליב אונדזער שטוב׳ מיט אלע זאכן, װאס זענען פאראן אין איר. גאר מער פאר אלעם, װערט מיר איצט טײער דער שײ-ער, מעשענער׳ הענגל־לאמפ מיט דער רונדיק־װײסער מילך־שײן פון װאנעט ם׳באמבלען אראפ די פארביקסטע גלע־ זערנע קרעלן, װאם ציטערן, צעהוידען זיך לײכט בײם מינדםטן װינטל. דער גאנצער לאמפ איז באשפרענקלט מיט א בלויען זילבערנעם אפשײן. איך מאך צו מײנע אויגן־לעדלעך׳ דרײ ארויף אין דמױן דעם קנויט, צינד זי אן מיט בלויען שײן און דער לאמפ בליצט־אויף װונדערלעך, בלױ און העל... איך שלאף אײן... — ״ — דער טאג

passage_bb1c577a16135c0da5f1f6b7
Passage 5normalized OCR · source chars 3961-4568

דער טאג ביי אונדז אין שטוב זוימט נישט לאנג. א פרעמ־ דער, א פארשטויבטער, זיצט ער װי אויף דערװײל־אדורך בײ אונדזער װאכעדיקן, נישט־געדעקטן טיש און גײט אװעק נאך א שטיק, אײדער ם׳װערט פארנאכט, איבערלאזגדיק מיך מיט דער מאמען אין שאטן פון א לאנגן, נאגנדיקן בין־השמשות. מיין מאמע האלט איר צוזאג. זי שיקט מיך אין די חדרים ארײן און איך טו װויל־באגערן דאס לערנען נאר אין אונדזער שטוב װערט דערפון נישט הײמלעכער. אז איך שטײ פאר׳אכט נעבן מײן מאמען׳ אנגעשפארט מײן עלנבויגן אויף איר שוים און קוק דורכן פענצטער אויף דער בלויער אויסגעשפרייטקײט פון הימל, װאס איז זילבערדיק באפינטלט מיט אומצאליקע שטערן׳ זוײס איך אז דאס אלץ איז

passage_8feaee786c1143d74a5751ac