Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 195
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1196

381 ׳משה יאסל סמאלארזש — פון זײן ליטערארישער ירושה 382 טויט אינדרויםן איז װינטער• די שויבן פון אונדזערע פענצטער זענען פארקאװעט מיט פראסט. מיט מײנע פינגער קראץ איד אראפ שטיקלעך אײז פון די שויבן און קיל מיט זײ מײן מאמעס רויט, גליענדיק פנים. די מאמע עטעמט אפ מיט א טיפן כארכלדיקן: אא — שטרעקט אוים אירע װײםע פאר־ שלאפטע הענט און אירע ברוין־פארברענטע ליפן פליסטערן שטיל צו די לײדיקע פיר װענט: — ראטעװעט מיך, איך װער פארברענט. — זי פארװארפט אין אוממאכט איר קאפ און כאמערט צוריק אײן. שוין צװײ װאכן װי די מאמע ליגט אין בעט און ס׳שלאגט פון איר א היץ װי פון אן איבערגעברענטן לײמענעם טאפ. גאנצע שעהן שטײ איך נעבן איר בעט און גלעט מיט מײנע בלויע, אויםגעפרוירענע הענטלעך אירע באקן, װעלכע גליען װי צעברענטע קוילן. טײלמאל גיס איך ארײן אין איר פאר־ חלשט, אפן מויל דרײ לעפעלעך טײ, װעלכע בולבן זיך כארכל־ דיק אין איר טרוקענער קעל, קומען קאפויער און שוימען זיך צוריק ארויס דורך די װינקלען פון איר אויסגעקרומט מויל. פון צײט צו צײט עפנט זיך אויף די טיר און ס׳שיטן זיך ארײן עטלעכע שכנטעס, אדער סתם וױיבער פון געסל. זײ קומען אן מיט געאײל, מיט בהלה. פון זײערע שװעדע װינטער־ שאלן און פון זײערע אנגעדרולטע, פארצאגטע מינעם אויפן פנים, נעמט ארומלויפן א קעלט איבער דער שטוב און ס׳שטעלט זיך א טונקלעניש װי אין א קעלער•

passage_8e6be1d05f0738f7afc97bff
Passage 2normalized OCR · source chars 1198-2219

די װײבער גלאצן אויס די אויגן אמאל אויף מיר און אמאל אויף דער מאמען. און שאקלען מיט די גאמבעם : — װאם מאכן זי לאה 1 און צו מיר: — װאס מאכט די מאמע ז נישט איך און נישט די מאמע ענטפערן זײ אפ. קוקן זײ זיך שטום איבער, שאקלען מיט די קעפ און אײנע נעמט שטיד פרעפלען : — װער עס טרעט אפ פון לעבעדיקן גאט, אלע שונאי צױן זאלן ליגן אין אזא ביטערע הײה אירע װערטער פאלן װי רעגן־טראפן אויף מײן פנים און אויף מײן אויסגעפרוירן לײב. איך שאר זיך אהין אין א װינקל און ס׳קלאפט בײ מיר א צאן אין א צאז• די װײבער טוען אוים די שאלן, צעזעצן זיך ברײט אינמיטן דער שטוב. אײנע א שכנטע גײט צו צו דער קיך, רודערט אויף ס׳פײער, קלימפערט מיט די פייערקעם, די איבעריקע זיצן סתם אזוי און מוטלען און נישטערן מיט די אויגן אין אלע װינקלען פון דער שטוב. איך פארשטופ זיך נאך מער ארײן אין מײן װיגקעלע. איך האב איצט נישט קײן ארט פאר מיר, זײערע בליקן קריבן מיר אין די בײגער אריױ׳ אײנע זאגט : — װאם איז דער חידוש״ אז ם׳האדעװעט זיך אן א טאטן. — מעניש דארויף, נישט צו פארזינדיקן זיך פאר גאט. — װאם איז דער חידוש, אז ס׳האדעװעט זיך אן א טאטן ענטפערט א צװײטע צוריק.

passage_33c0f6744905eacce2b60707
Passage 3normalized OCR · source chars 2221-2872

די מאמע װעקט זיך. קוקט פרעמד מיט די אויגן אויף די וױיבער. װאס טוען זײ דא ? — פרעגן זיך אירע פארמאטערטע בליקן. אײנע פון די װײבער מאכט זיך הײמיש. א קאלט שמײכעלע װי א גרויער פלעק לויפט אן אויף איר פנים. מיט הונגעריקע, גיריקע אויגן בויגט זי זיך איץ איבער דעד מאמען, אירע בליקן װי שפיזלען כאפן אויף מײן מאמעס יעדן קרעכץ, יעדן צוק פון אירע ברוין־פארברעגטע ליפן און זי טראגט עם מיט די אויגן דערנאך אהין צו די איבעריקע נײגיריקע װײבער. זײ שלינגען אירע רײד און אטעמען אפ־ שאקלענדיק מיט די הענט : — גאט דער לעבעדיקער װײםט... זײ גײען אװעק און לאזן איבער אין דער שטוב רחמנותדיקע װינטשענישן און טיפע צעפארעטע זיפצן און מיר װערט נאך שװערער, קלעמענדיקער אויפן הארץ.

passage_96e3b3c8bb8000e4d487804c
Passage 4normalized OCR · source chars 2874-4062

ס׳איז שוין פארנאכט און מײן מאמע כאמערט נאך אלץ. אויף די שויבן נעמט איצט ארויפקריכן שטארקער דער פראסט. דער פראסט גלימערט, גלאצט דראענדיק, בימ און אין דער שטוב װערט אלץ שטאר און פארגליװערט. מיך שוידערט עס, אלע איברים ציטערן אין מיר. איך נעם שפרײזן ארויף אראפ איבער דער שטוב. ס׳װילט זיך מיר שרײען, װיען װי א הונט. גאר די שטילקײט שארכט מיר ארײן אין די אויערן: שא, שא,... איך בלײב שטײן נעבן פענצטער, הויך אפ א שטיקל שויב און קוק ארוים. ם׳גיט מיר א בלענד אין די אויגן : א װײם פארשנײטער דאך, א שטיק בלויער הימל, פראםטיק, קלאר און פארשטײפט. און פדן אונטער דעם שװאר־ צלעך, גראנאטענעם װאלד גלאצט בלינד אפיר א רויטע לבנה, װי א פארבלוטיקטער, אפגעהאקטער קאפ פון א בהמה. מיר װערט אומהײמלעך און איך שפרינג מיט שוידער אפ פון פענצטער. פלוצלינג די מאמע װעקט זיך, מורמלט עפעס אונטער דער נאז. איך לויף שנעל צו, בויג מיך אײן איבער איר און הארך. די מאמע ליגט רואיק, אומבאװעגלעך, אירע וױים, פארשלאפ־ טע הענט ליגן אויסגעצויגן אויף דער דעק, די אויגן זענעו צוגעמאכט, נאר איר מויל איז האלב אפן. פון מאל צו מאי העלט אויף א ליכטיקער שמײכל אויף אירע ליפן און זי פליסטערט האלבע רײד, פארחלשטע װערטער. א לויטערע גוטסקײט צעשפילט זיך אויף איר פנים און זי עטעמט לײכט : — יא, ם׳איז מיר בעסער, א גוטע רפואד״ מארגן, גוט׳ קום•

passage_babf3163ba4d75ac33da1c6c
Passage 5normalized OCR · source chars 4064-4277

זי עפנט די אויגן, קוקט ארײן אין זיך, דערנאך גיט זי זיך א רודער און װיל זיך אויפזעצן, נאר איר קאפ איז נאך אלץ שװער א צענטן. זי דערזעט מיך און זאגט פרום װי א געבעט : — האלט מיר אונטער דעם קאפ, כ׳האב געהאט מײן קינד

passage_9eff3af5359b29f1dc2cef23