Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 203
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-825

397 משה דאמב — סילועטן 398 האבן די פרומע באלעבאטישע ײדן געגרײט זיד צו מאלן מעל אויף מצה שמורזז. ם׳האבן זיד פארגרעםערט די שנײ־מיט װאםער־קאלוזשעם אין די רינשטאקן. דאם שטעטלדיקע טײכל איז פארגאסן גע־ װארן׳ נעבן ר׳ איטשע מאירלם ברויערײ. ס׳האבן זיד שוין געהערט קװיטשערײען פון גרויםע פאר־פרילינג־יארידן. די ערד האט זיך שוין אנגעהויבן באפרײען פון די װײםע קופעס שנײ. אין די פארנאכטן האבן קינדער זיך געשפילט אין קנעפ, נעבן די שטעטלדיקע פארקאגעם. פון שמעון בעקערס בע־ קעריי האט מען שוין געהערט דעם טרויעריקן עכא פון די גרילן׳ װעלכע האבן יעדן פארנאכט כסדר געגרילט ערגעץ פון װארעמען פיעקעליק אדער אפגעקילטן אוױון. פון העט׳ העט װײט האט מען געהערט דאם שטילע קװאקן פון זשאבעפ. באטשאנעם זענען שוין געפלויגן הויך איבער די הימלען. דאם איז געװען דער ערשטער סימן פון פרילינג, און א גרוס פון פאר־פםח אין שטעטל. נטע װאםערטעגער דער אליהו הנביא

passage_c9e2791cfd0aa501df640fed
Passage 2normalized OCR · source chars 827-1554

װײט הינטערן שטעטל האט זיך געצויגן א געקאלעכטער שאסײ. פון בײדע זײטן זענען געװען קרומע און הויקערדיקע הײזקעס מיט שינדל־דעכער׳ נעבן די היחקעס האבן געװאקסן אקאציע־בוימער׳ קאשטאן־בוימער און ם׳האבן געװאקסן פאר־ שײדענע גראזן, פאקזשױועס, קזשאקעם און װילדע בלומען. אין אײנעם פון די הײזקעם האט געװוינט נטע װאסער־טרע־ גער מיט זײן אלטער מאמע קרײנדל. נטע׳ א הויכער, דא־ רער׳ מיט לאנגע פיס׳ שטענדיק אפגעריםן, אפגעשליםן׳ האט ער געטראגן װאםער פאר די שטעטלדיקע ײדן. ם׳האט קײנער נישט געװוסט אין שטעטל׳ פון װאנען נטע װאסער־ טרעגער איז געקומען• קינדער זענען אים נאכגעלאפן׳ גע־ װארפן שטײנער אויף אים און געשריגן־ ״העי נטעלע׳ נטעלע׳ נאר... טראגט װאםער פארן הויז פארבא. האםט הענט׳ װי דער לײמעגער גולם׳ און מאכםט לאכן דעם עולם׳ אוי׳ נטעלע, נאר״...

passage_006f5bfbabc07a9c050d6aa6
Passage 3normalized OCR · source chars 1556-2686

נטע װאסער־טרעגער איז געװען א שעמעװדיקער׳ האט גע־ רעדט װי א מײדל מיט א קװיטשענדיקער שטימע׳ געגאג־ גען שאקלנדיק מיט צעשפרײטע שפרײזן און אויף זײנצ אקםלען געטראגן די עמערס װאסער. פאר איץ מענטש האט נטע ריכטיק דרד־ארץ געהאט׳ דאס איז געװען דער אלטער שלמה װאםער־טרעגער׳ װײל שלמה האט אים געבראכט מיט זײן אלטער מאמע קרײגדל פון א דארף ערגעץ׳ הינטערן שטעטל. זײן טאטן האבן די דארפס־פויערים ארונטערגע־ װארפן אונטער די רעדער פון דער װאסער־מיל׳ אויס ק-־אד״ װאס נאטע װאסערטרעגערם טאטע איז געװען מילנער פון דער קלײגער דארפס־מיל. פון הינטערן קלײנעם פענצטערל פון נטעס הײזקע האט מען שטענדיק געהערט א געװײן׳ א קרעכץ פון נטעם מא־ מע׳ װאס איז תמיד געזעםן בײ א ״קרבן־מנחה״ און גע־ שאקלט און געװײנט מיט פארגלײצטע אויגן. נטע איז שטענ־ דיק אהײמגעקומען א מידער, א גאסער׳ אײנגעבויגן. בײ־ נאכט פלעגט ער זאגן תהלים, פארטאגם אויפשטײן צו ״הש־ כמה״ אין בית־המדרש׳ ײדן האבן זיד םון אים אפגערוקט אין א זײט בײם דאװנען׳ װײל נטעם בגד־ם זענען שטענדיק גע־ װען פארפעטםט און ברודיק׳ און ם׳האט זיך פון אים געפילט. איז נטע שטענדיק געשטאנען אײנזאם בײם כױר און זיך געשאקלט. װען ם׳דאװנען האט זיך געענדיקט איז נטע פאר־ שװונדן, אז קײנער האט נישט געוװסט װואהין גטעלע אײלט זיך אזוי.

passage_a92f32132fd6f649215ad438
Passage 4normalized OCR · source chars 2688-3156

אײנמאל אין אן ערב־פםח האט דער גלח פון שטעטל צע־ װיסן געטון די ײדן פון שטעטל׳ אז נעבן זײנע לאנקעם אונ־ טערן קאשציאל׳ װו ם׳איז דא א ברײטעד טײך׳ קומט צו גײן עפעם אײנער און איז זיך טובל אין װאםער דרײ מאל און פארשװינדט ערגעץ שנעל• בליץ־שנעל האט זיך פארשפרײט אין שטעטל א מעשד״ אז דאם איז אליהו הנביא. זינט דעמאלט זענען שוין אלע װײבער געלאפן צום גלח׳ס טײך טובלען טעפ׳ גאפל־מעםער, שיסלען און אנדערע נײע כלים אויף צו נוצן פסח׳ צװישן די װײבער איז אויך געװען קרײנדל׳ נטעס מאמע•

passage_ffe234fc5db972366f6a878f
Passage 5normalized OCR · source chars 3158-3922

דעם שמש פון שטעטל האט דער רב געשיקט יעדן פסח פארטאג זען װער די געשטאלט איז דאם. אין א גראען פםחדיקן פרימארגן האט דער שמש געװאנדערט איבער דעם גלח׳ם לאנקעם. פון װײטן האט ער בלויז געזען א קופע הוי־ קערדיקע הײזקעם מיט רויטע שינדלען פון שטעטל און דער טורעמדיקער קאשציאל האט אויסגעזען װי להבדיל א בשמים־ ביקסל. א פרילינג װינטל האט געװײעט. פלוצלינג האט דער שמש דערזען צעשפרײטע פאלעם׳ װאם דער װינט האט צע־ יאגט. גענטער, נענטער האט ער דערזען די הויכע װאקלדע־ קע געשטאלט פון נטעלע װאםערטרעגער. װען דער שמש האט דערזען נטעלען האט ער צו אים אויםגעשטרעקט די האנט און געזאגט: ״נטע בן ױםף, דער רב פון שטעטל האט מיך געשיקט דיר זאגן׳ אז דאס װאסער װו דו טובלםט דיך איז טמא׳ װײל ם׳איז נעבן דעם קאשציאל און ם׳געהערט צום גלח״... נטעם געשטאלט איז שנעל פארשװונדן׳ איבערן בערגל פון לאנקעם.

passage_272c6824703b1bfc53966062
Passage 6normalized OCR · source chars 3924-4406

דער משוגענער איציקל דער בעדער האט דערצײלט פארן רב, אז נטעלע פלעגט קומען צו אים אין דער מקוה ארײן זיך טובל זיין׳ אבער ער האט אים פאריאגט פון דער מקוה װײל ער איז שרעקלעך ברודיק. צו דער םדר־נאכט זענען װײבער און דינםט־מײדן געלאפן הענדום־פענדום צו נטע־ לעם היחקע זען, װי אזוי גטע דער אליהו הנביא רעכט אפ דעם סדר׳ אבער נטעלע װאםער־טרעגער איז אין דער הײם נישט געװען. האבן שוין אלע געדענקט אז מםתמא לויםט נטע־ לע ארום פון שטעטל צו שטעטל׳ ארײנצוקומען אין ײדישע שטובן, װען די טירן עפענען זיך.

passage_1ac50d26f7ba616a5ec03635