Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 213
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-794

417 שלמה נײמאן — מײנע מלמדים 418 א יעדן יװארט א שד׳ א מחבל און די שדים און מחבלים טראגן זיו ארום אין דערלופטן און יאמערן און שרײען צו דעם מענטשן, װאם פון זײנע פארפעלטע װערטער זענען זײ באשאפן געװארן : רשע׳ עוכר ישראל׳ פארװאס האסטו אונז פארפעלט׳ װײ װײ צו דיר... און װען א מענטש װאס האט אין זײן לעבן פארפעלט א םך טויזנטער װערטער שטארבט. קומען אים אנטקעגן טויזנטער מלאכי חבלה און זענען אים מקבל פגים מיט זײער שדישן געלעכטער און כאפן אים אונטער און שלײדערן אים אײנער צום צװײטן און רײסן שטיקער פון זײן זינדיקן גוף. און א הײזעריקער געכארכל פון טויזנטער שדימדיקע לאכנדיקע און װײנענדיקע העלזער ברומען און רופן: דו רשע׳ פושע׳ עוכר ישראל׳ פארװאס האסטו אונז פארפעלט ? װײ וױי איז צו דיר ! און מען שלײ־ דערט אים װידער אמאל פון האגט צו האנט׳ צײטן לאנג און תקופות׳ ביז ער געפינט ענדלעך זײן רו אין גיהנום״...

passage_b16958622eb6a893fa65258e
Passage 2normalized OCR · source chars 796-1460

מײן גמרא־מלמד משה יקירם׳ האט מיט זיך פארגעשטעלט א זײער םימפאטישן טיפ׳ א ײד אין די מיטעלע יארן׳ א מיטלװוקםיקער מיט א גביריש בײכל און פריילעך לאכנדיק פנים׳ װאס איז געװען אײנגעראמט אין א שאטין־צעקעמטער בארד. א פאר קלוגע שמײכלענדיקע אויגן׳ װאם האבן װי געזאגט־ עולם הזה איז אויך א װעלט. ער האט זײער ליב געהאט די װעלט. שטענדיק א זאטער רײן־געקלײדעטער גוט אױםגערוטער׳ האט ער ליב געהאט צו גארגלען זיך אביסל. װי די איבעריקע בני יקיר האט ער געהאט א שװאכקײט צום עמוד. און װען ער האט אין בית מדרש ״אװעקגעלײגט״ א הלל און א מוסף אין א ראש־חודשדיקן טאג׳ האט ער זיך געפילט אין זיבנטן הימל. שפעטער אהײמקומענדיק האט ער זיך געפרעגט בײ די תלמידים : גו׳ װאם האט דער עולם געזאגט׳ הא ?...

passage_1f31e0b348ea2e3663192ba6
Passage 3normalized OCR · source chars 1462-2253

קײן גרויסע תלמידי חכמים זענען פון זײן חדר נישט ארוים. ער אלײן האט אויך מער ליב געהאט צו דערצײלן פארשידענע מעשױת און אגדות פון ״םפר הישר״ און פון פארשידענע אנדערע םפרים װי זיך צו פארטיפן אין ים התלמוד. ער האט זײער ליב געהאט זיך ארומצוטראגן אויף די הענט מיט די קלײנע קינדער און דערבײ אויסגענוצט די געלעגנהײט אביםל זיך צו גארגלען. אויפהויבנדיק דאס קינד הויך מיט אײן האנט׳ האט ער זיך צעזונגען : ״װער האט דיך געראצקעט און װער האט דיך געפאצקעט ?״. דער ניגין האט זיך אזוי געצויגן ביז דאם קינד פלעגט זיך צעװײנען. קײן קאנטשיק איז אין חדר נישט געװען בנמצא. נאר װערנ־ דיק אין כעם אויף װעמען פון די תלמידים האט א יעדע זאך װאס האט זיך געפונען אונטער זײן האנט געדינט אלס מקל חובלים. ס׳האט געקאנט דין א סדורל׳ א שטיקל ברויט• א קיכל. דאס אלץ איז גלײך געפלויגן אויפן תלמידם קאפ. דאס האט אבער זעלטן פאםירט...

passage_588423432ea76c3958b0f9eb
Passage 4normalized OCR · source chars 2255-2813

מער װי יעדער אײנער איז אײנגעקריצט אין מײן זכרון, מיין גמרא־תוספות און מפרשים מלמד זקן (אגב׳ איז דער נאמען זקן ערשט שפעטער אים צוגעגעבן געװארן׳ װען ער איז זײער ערנסט קראנק געװען׳ אלם סגולה צו אריכות ימים. זײן פריערדיקן נאמען האבן מיר נישט געװוסט), א ײד א תלמיד חכם אין בעסערן זין פון װארט. מיט אײגענע כוחות דערגרײכט א מדרגה איז לומדות׳ לײכט און פרײ זיך באװעגט אין ים התלמוד. ער האט באמת מקײם געװען דעם והגית בו יומם ולילה. האט ער נישט געלערנט מיט די תלמידים, האט ער געלערנט פאר זיך. בײ אים האבן מיר אויך געלערנט שרײבן און חשבון׳ מחוץ די אמתע הדרכה אין לערנען•

passage_21a0127a9c56f29abe396894
Passage 5normalized OCR · source chars 2815-4010

כ׳געדענק: א געװיםן שבת בין איך מיט חײמל זילבער־ בערג געשיקט געװארן צום פארהערן בײם רב דמתא ר׳ אברהם יצחק םילמאן ז״ל. נאכךעם װי מיר האבן געענדיקט, האט ער אוגז געגעבן א קניפ אין בעקל און געואגט: ״גיט איבער זקנ׳ען א ײשר כוח׳ יפה דרשתם '״ ער איז אויך געװעזן א גרויסער בעל־השפעה אויף די תלמידים. פון צײט צו צײט האט ער זיך ארײנגעלאזט אין א שמועס מיט תלמידים׳ װאס האבן זיך אויםגעצײכנט אין לערנען און זײ אויסגעהערט װאס זײ דענקען צו טאן װען זײ װעלן ענדיקן בײ אים. ער האט זײ געראטן וױיטער צו לערנען און זיך דערשלאגן צו א תכלית. הוה אומר: םמיכה אויף רבנות אדער כאטש שחיטה. אויף װי װײט מײן זכרון דערגרײכט איז, צום באדויערן׳ קײן אײן רב אדער שוחט נישט ארוים פון זײן חדר... װי לעבעדיק נאך שטײט דאס בילד פאר מײנע אויגן׳ װען כ׳בין ארײנגעגאנגען צו מײן גמרא־מלמד ר׳ זקן זיך געזעגע־ נען פאר מײן אפפארן. ער האט מיר געגעבן די האנט און צו מיר געזאגט: ״שלמה׳ געדענקסט די פרשה װען לבן הארמי האט נאכגעיאגט יעקבן און װען זײ האבן נאכהער כורת ברית־געװען האט יעקב געזאגט צו לבנ׳ען אנװײזנדיק אים אויף דער קופע שטײנער ״גל עד״, און איך זאג צו דיר : ה׳ עד׳ גאט איז אן עדות אז דו װעםט נישט אפקערן פון ײדישן װעג״. תמימותדיקע׳ שבת־ױמטובדיקע ײדן, געלעבט אין דחקות אין עולם־הזהדיקן פרוזדור און זיך צוגעגרײט צום עולם־ הבאדיקן טרקלין.

passage_5bcc786f47a26eab0a8ec2e4