421 גרשון גארליצקי — הערצקע קצב מיט ז נע זין 422 און אינטערעסאנט — איך געדענק גישט׳ אז הערצקע מיט זיינע בנים זא,לן זיך װען נישט איז טשעפן צו שװאכע. אײגער פון הערצקעם בנים, למשל, מאיר — א ײנג א גבור, פאר װעלכן אלע פאליציאגטן אין שטאט האבן געציטערט אימת מװת, איז אמאל שטארק באלײדיקט געװארן דורך א מײדל. זי האט אים געזידלט און לסוף אים אויך אראפגעלאזט א פאטש אין פנים. מאיר האט נישט רעאגירט. אזא איז ער געװען מאיר הערצקעס. איך געדענק אים אלם 20 יעריקער בחור, א בעל־גוף, א הויכער ױנג מיט קלײנע גוטע אויגן. איך געדענק די מעשה׳ װי אזוי ער, מיט נאך א ױנגערן ברודער האבן געכאפט אונטערװעגנס צװײ באנדיטן און זײ געברענגט אין שטאט ארײן.
די מעשה איז געװען אזא : מאיר מיט זײן ױנגערן ברודער װעלװל זענען אין אײנעם א פארטאג אװעק אײנקויפן בהמות אין דארף. אויפן װעג זענען זײ פלוצעם באפאלן געװארן דורך צוױי באװאפנטע באנדיטן, װעלכע האבן פארלאנגט געלט. מאיר מיט זײן ברודער האבן זיך אנגעהויבן כלומרשט בעטן רחמים און אונטערהאנדלען װעגן דער סומע. מיט א מאל האט מאיר געגעבן א לאז אראפ זײן שװערע האנט איבערן קאפ פון אײנעם פון די באנדיטן און אים אינגאנצן צעמישט, אז יענער האט .ארויםגעלאזט דעם רעװאלװער. אין זעלבן מאמענט האט װעלװל זיך געװארפן אויפן צװײטן. זײ האבן די באנדיטן געבונדן און געברענגט אין שטאט ארײן. קײנער האט זיך נישט געװונדערט, װארעם ם׳איז געװען גאנץ נאטירלעך פאר הערצקעם זין. אזעלכע מעשױת האבן אויף מיר געװירקט מער װי ביכלעך. און אײן מאל, װען כ׳האב שפאצירט מיט א חבר אויפן שידלאװער װעג און ם׳זענען אונדז באפאלן שקאצים, האב איך זיך געטראכט װי װאלט מאיר הערצקעס געהאנדלט, און איך האב גלײך געענטפערט אויף זײערע קלעפ.
כ׳דערמאן זיך : כ׳בין געװען א ײנגל פון 15 יאר׳ װען אין שטעטל זענען אנגעקומען ידיעות װעגן פאגראמען אויף ײדן׳ און אז אויך אין כמיעלניק ריכט מען זיך אויף א פאגראם אין מארק־טאג. מענטשן זענען ארומגעגאנגען אין גאס װי שאטנס. פחד האט אלעמען באהערשט. איך האב אבער געגלײבט אין הערצקען און זײנע־זין, אז זײ װעלן אנלערנען די פאגראמטשיקעם. די פרנםים זענען אװעק צום סטאראסטע, ״געגעבן אים אין דער האנט ארײן״ און יענער האט צוגעזאגט צו שיקן א פאליצײאישע פארשטארקונג. דאנערשטיק אין דער פרי האבן טאקע אנגעהויבן צו שטראמען פון די שכנותדיקע דערפער גויים מיט שטעקנם, העק און זעק — כדי צו הרגענען און רויבן. מענטשן האבן זיך אפגעשלאםן אין די שטיבן. בלויז הערצקע קצב מיט זײנע זין האבן זיך נישט באהאלטן. זײ זענען ארוים אין דער גאס איבערגעטאן אין גױישע מלבושים. איך װײם נישט װיאזוי זײ האבן דאם געמאכט, אין װאם עם איז באשטאנען זײער ״סטראטעגיע״ — נאר די טויזנטער פאגראמטשיקעס האבן געמוזט אנטלויפן מיט לײדיקע הענט -
א יאר שפעטער האב איך אלײן בײגעװוינט װי הערצקע קצבם זין האבן מקײם־פםק געװען די פאגראמטשיקעס. דאס איז געװען אין אײנעם .א שבת. פוילישע רעקרוטן זענען צוריקגעפארן פון פריזױו און זיך געװאלט לאזן װוילגײן אין כמיעלניק. עטלעכע הונדערט פון זײ האבן זיך פארזאמלט בײ דער ״רויטער בודע״. דאס איז געװען ארום עלף פאר־ מיטאג װען ײדן זענען געװען בײם דאװענען. יעדן פארבײ־ גײער האבן זײ פארטשעפעט און געגעבן א פאר קלעפ. זײ האבן אפנים געװארט ײדן זאלן צוריקגײן פון דאװענען׳ װעלן זײ אנהײבן די הויפט־ארבעט. איך בין געשטאנען פון דער וױיטנס, מורא געהאט צוצוגײן נעענטער און געװען זיכער בײ זיך׳ אז זײ װעלן דא ביטער אפשנײדן. ם׳זענען קוים פארבײ א צען־צװאנציק מינוט און פון ראג מארק און פינטשעװער גאם, האט זיך דערנענטערט מאיר הערצקעס. ער איז זיך װי תמיד געגאנגען רואיק און זיכער מיטן ליציפעט־היטל אויפן קאפ, און הינטער אים האט מען געזען ישעיהן, װעלװלען, ישראלן און משה׳ן. הערצקע אלײן איז געשטאנען פון דער װײטנס, װי ער װאלט זיך געװאלט איבערצײגן צי ער קען זיך פארלאזן אויף זײגע בנים.
נאך מיר זע איך חײם װאלף שנײדער און לײבל פרידמאגען. איך דערנענטער זיך און קוק אויף זײ מיט שטאלץ׳ װי כ׳װאלט געװארט אויף א באפעל. אין דעם מאמענט באמערק איך וױ אײנער פון די סאמבארםקים דערנענטערט זיך צו מאיר הערצקעם׳ רופט אים אװעק און קלערט אים עפעם אויף. אין א פאר מינוט ארום האב איך פארשטאנען׳ אז ער האט אים געזאגט, ער זאל צוגײן צו די כוליגאנעס. יענע זענען אים, פארשטײט זיך, גלײך באפאלן מיט זידלערײען און שפאט. פלוצעם זענען אבער ארוים פון אלע זײטן, פון די שכנותדיקע הײזער׳ עטלעכע בחורים און אנגעהויבן מכבד זײן די שקאצים מיט קלעפ. כ׳בין געשטאנען נאענט און אבסערװירט דאם בילד, װאם איך װעל קײנמאל נישט פארגעסן. כ׳האב אבםערװירט יעדע באװעגונג פון מאיר הערצקעס, װי ער איז געשטאנען אין מיטן דעם געזעמל און געגעבן קלעפ אײן כוליגאן נאכן אנדערן. די פאליצײ האט זיך געפרװוט ארײנמישן, אויך די שיסערײען אין דער לופט האבן אים אבער נישט אפגעשראקן ביז — פון די כוליגאנעם איז געװארן א קופע םארװונדעטע״ װעלכע האבן גערופן גאך הילף. מ׳האט זײ אפגעפירט כדי צו געבן זײ ערשטע הילף. אזא סוף האבן די כוליגאנעם געהאט אין כמיעלניק•
אזוי האט הערצקע קצב מיט זײנע העלדישע זין זיך אײנגעקריצט אין מײן זכרון. װי אזוי זײ זענען אומגעקומען בעת דער נאצישער אקופאציע איז מיר נישט באקאנט. איך האב װעגן דעם זיך נאכגעפרעגט בײ די װאם האבן איבער־ געלעבט, קײן תשובה האב איך נישט באקומען. אײן זאך בין איך זיכער, אז זײ האבן זיך נישט געלאזט הילפלאז פירן צו דער שחיטה, אז זײ זענען העלדיש געפאלן, אז פאר זײער לעבן האבן די דײטשע תלײנים זיכער געמוזט טײער באצאלן...