Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 222
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-600

דער רופא ישראל איטשע• קלײנערט געשען איז דאס אין א זומער־טאג 1930. מיט א בליץ־ שנעלקײט האט זיך פארשפרײט די טרויעריקע ידיעה. ספאנ־ טאניש האבן זיך געשלאסן די ײדישע געשעפטן און געװעל־ בער, פארשטילט האבן זיך די האנטװערקער־װארשטאטן׳ פון די *חדרים״ זענען אהײם געשיקט געװארן די קינדער. געשלאסן האט זיך די אײנציקע אין שטעטל אפטײק און אויך די איבעריקע קריםטלעכע געשעפטן. מאםן מענטשן, מענער. פרויען און קינדער, ײדן און קריסטן האבן אנגעהויבן שטראמען און זיך פארזאמלען אויף דער קעלצער גאס און אין די ארומיקע געםלעך, כדי אנטײלצוגעמען אין דער לויה״ אפגעבן דעם לעצטן כבוד דעם געשטארבענעם רופא — ישראל־איטשע קלײנערט.

passage_afd89947d8e86ac2ac03264e
Passage 2normalized OCR · source chars 602-1618

א גוטער ײד, אן אינטערעםאנטער טיפ און א באװוסטער בעל צדקה איז ער געװען• א באשײדענער מיט א שטענדיקן שמײכל אויף די ליפן און הארציקע התנהגות צו יעדן — צו קלײן און צו גרויס. אלס רופא פלעגט ער זאגן : איך װיל גישט פארדינען בײ ײדן, זאלן ײדן זײן געזונט. מען האט אויך געװוםט צו דערצײלן, אז זײן פארדינםט פון די ײדישע פאצ־ יענטן פלעגט ער קײנמאל גישט צײלן גאר לײגן אין אײן טאש, און פון די איבעריקע קראנקע אין א צװײטן טאש. דאס פארדינסט פון ײדישע קראנקע האט ער צעטײלט אויף צדקה. אזוי װי ער האט נישט געװוסט װיפל ער באקומט, אזוי האט ער גישט געװוסט װיפל ער גיט. ער האט געגעבן צדקה בסתר, ער זאל דעם נצרך חלילה נישט פארשעמען. שבת פלעגט ער קײן קראנקע נישט אויפנעמען. ״איך בין נישט ערגער פון יעדן אנדערן ײדישן בעל־מלאכה. װער פון זײ ארבעט אין שבת ? און װען מען דארף שוין יא, מען זאל נישט דארפן — אן ארבעטער אין שבת, פעלן דאך נישט קײן שבת־גױים״ — פלעגט ער זאגן. ישראל איטשע האט זיך דערװײטערט פון געזעלשאפטלעכן לעבן. ער האט פײנט געהאט כבוד. אײן מאל נאר, אין דער צײט סון דער רבנים־מחלוקת, װען פארשטײער פון בײדע ישראל־איטשע פעלטשעה קלײנערט.

passage_05615ef811ce20ec70bb0666
Passage 3normalized OCR · source chars 1620-2138

צדדים האבן זיך צו אים געװענדעט, ער זאל װערן דער בורר צװישן די צװײ קעמפנדיקע רבנים און העלפן צו ליקװידירן די מיאוסע רבנישע מלחמה האט ער אנגענומען דעם פאר־ שלאג. באלד נאך עטלעכע טעג האט ער רעזיגנירט דערפון. ער האט דאם אזוי מאטיװירט־ ״איך האב זיך, לײדער איבערצײגט, אז די רבנים זענען מענטשן װי אלע געװײנ־ לעכע בשר ודמם און פירן א געװײנלעכן טאג־טעגלעכן פרנסה־קאמף. אין אזא מלחמה װילאיך זיך נישט ארײנמישן !״ רבנים פון דער שטאט און געגנט האבן װארעם אים מםפיד געװען. די גאנצע שטאט איז געקומען אים אפגעבן דעם לעצטן כבוד. י• ק•

passage_914cf0a265505fe5a9897288