Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 225
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1130

441 דוד נײמאן — מײן םאטער איטשעלע נײמאן 442 זײן טעאטראלע טעטיקײט איז אנגעגאנגען מיט דער מיט־ הילף פון צװײ גאר נאענטע פרײגט ־ מאקס רעיפיש און נטע װײנבערג, אזוי ביז 1935, דאס הײסט, ביז מײן מוטערם פריצײטיקן טויט׳ אין עלטער פון 42 יאר. מײן פאטער באשליםט דאן צו פארלאזן כמיעלניק. מיד ציען זיך אריבער קײן לאדזש װו ער האט, צו זײן גרויס באדויערן׳ זיך מער נישט געקענט קאנצענטרירן מיט שפילן טעאטער. פונדעםטװעגן איז ער געשטאנען אין קאנטאקט מיט פיל ײדישע אקטיארן׳ װאם זענען אויפגעטראטן אין לאדזש. איך דערמאן זיך א פאקט : װען מיץ פאטער איז אפערירט געװארן אין 1938 צוליב א געװיקם אויף דער צונג און איך בין געקומען אים באזוכן אין פאזנאנםקי־שפיטאל׳ האבן מײ־ זיך צערעדט װעגן ײדישער קולטור און טעאטער. האלטנדיק א צײטוגג אין האנט האט ער מיר אזוי דערקלערט : ״אוי מ־ין קינד, דו רעדםט װעגן ײדישער קולטור׳ װען ײדיש לעבן שטײט אין געפאר״• און װײזנדיק מיר א דערקלערונג אין צײטונג, װאם היטלער האט געמאכט אין רײכםטאג — זאגט ער צו מיר : ״איך האב שטארק מורא, אז דער מערדער װעט האלטן װארט און אין פאל פון א מלחמה־אויסברוך װעט ער אומברענגען אלע ײדך. װען ער איז ארוים פון שפיטאל, איז ער פון טאג צו טאנ געװארן אומעטיקער. אזוי ביז עם איז אויםגעבראכן די מלחמה.

passage_afd20cf02302f30d4f4fc44f
Passage 2normalized OCR · source chars 1132-2310

מיר זענען דאן אנטלאפן קײן כמיעלניק, נאכהער קײן סטאשעװ, פון װאנען מען האט מיך גענומען אין לאגער נאך סקארזשיםק, צוזאמען מיט א פאר הונדערט ײדישע בחורים. דורך פראטעקציע אין סטאשעװ איז מײן פאטער און דרײ מײנע טײערע שװעםטערם (לאד״ 25 יאר אלט, פײגעלע 17, און רחלע 11) געלונגען זיך אויסצובאהאלטן בעת דער דירעקטער אויםזידלונג נאך טרעבליגקע. מיט דער כמעט לעצטער גרופע ײדן האט מען זײ געשיקט אין דעם דעמאל־ טיקן ״גן־עדן״, נאך פאגיאטאװ, א קאנצענטראציע־לאגער גישט װײט פון מײדאנעק. װו אפזײענדיק א קנאפ יאר, האט מען בשעת א מכלומרשטן צוזאמענשטוים מיט די דײטשן אומגעברענגט דעם גאנצן לאגער און צװישן זײ מײן פאטער מיט די דרײ קינדער. קײן גענויע דאטע, װען ער איז אומ־ געקומען האב איך נישט, אבער אויף װיפל איך האב נאכגע־ פארשט דעמאלט די געשעענישן, איז עם פארגעקומען אנהײב גאװעמבער. אברהם צוקער / א מעשה מיט קאפל קאמינםקי (לאנדאן) מײן עלטער שװער׳ ר׳ אלתר ליס, איז אמאל געפארן מיט קאפל באלעגאלע אויף א יאזדע קײן קעלץ. צוריקגעקומען איז ער אין א פינצטערער נאכט, אזוי, אז בײם באצאלן אים פאר דער נםיעד״ האט ער געמאכט א טעות. אנשטאט צו געבן קאפלען צװײ צװאנציק־קאפיקעם מטבעות, האט ער געגעבן צװײ גאלדענע פינף־רובל־שטיק. צומארגנם באלד אין דער פרי, מ׳קלאפט בײ מײן שװער אין טיר. עם באװײזט זיך קאפל און פרעגט :

passage_27fa471020c66c9509c396db
Passage 3normalized OCR · source chars 2312-2805

— ר׳ אלתר, װאס פארא געלט האט איר מיר נעכטן געגעבן ? — דערבײ האט ער ארויסגענומען די צװײ גאלדענע מטבעות און זײ אװעקגעלײגט אויפן טיש. מײן שװער האט אים געװאלט באלוינען פאר זײן ערלעכ־ קײט. קאפל האט װעגן דעם נישט געװאלט הערן. קאפל קאמינםקי באקאנטער ״בעםערער״ בעל־עגלה זײגע קאמוניקאציע־מיטלען : לאגדעם, דראשקעם און בריטשקעס מיט 4 פערד אין דער שפיץ, מיטן גובערנאטאר םלעגט קאפל אלײן בכבודו ובעצמו פארן קײו קעלץ♦ ביד רחבה געשטיצט ארעמע פאמיליעם. חתונה געמאכט ארימע כלות, שטארק געהאלטן סון ״מתן בסתר׳/

passage_2bb7b8431a4c21da92de780a