Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 258
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1079

אברהם פינטשעװםקי / דער שטאטר&ט (תל־אביב) אין די צארישע צײטן פארן ערשטן װעלטקריג, איז די שטאטפארװאלטוגג אין כמיעלניק קײנמאל נישט אויםגעװײלט געװארן, נאר איז נאמינירט געװארן דורכן ״פריםטאװ״. די ײדישע באפעלקערונג האט זיך דעמאלט װײניק געמישט אין די שטאטישע ענינים• זי איז געװען ארגאניזירט אין דער קהילה, װאס האט זיך בעיקר פארנומען מיט רעליגיעזע עני־ נים, חינוך און סאציאלע שוץ, און איז געװען אין גאנצן סעפארירט פון דער גוײשער גאס. ערשט נאך פוילנס באפרײ־ אונג אין 1918, איז פראקלאמירט געװארן די אנטשטײאונג פון שטאטראטן דורך דעמאקראטישע װאלן. זינט דעמאלט האט פאקטיש זיך אנגעהויבן די עקזיסטענץ פון א שטאטישער זעלבסטפארװאלטונג, אויםגעװײלט דורך דער ײדישער און נישט־ײדישער באפעלקערונג אין כמיעלניק. צו די ערשטע װאלן האבן זיך מצד דער ײדישער באפעל־ קערוגג באטײליקט די צױניסטישע ארגאגיזאציע (די אנדערע פארטײען האבן דעמאלט קוים געשטעלט די ערשטע טריט) און פארשײדענע װירטשאפטלעכע פאראײנען * בעלי־מלאכות, סוחרים׳ הענדלערם און רעליגיעזע. די צױניםטישע ארגאניזא־ ציע האט דעמאלט דערװארבן א היבשע פארשטייערשאפט אין באשטאנד פון * אברהם זילבערבערג, ישכר קאנערצוקעה אברהם פינטשעװםקי און מאטל וױיםבארד.

passage_ebe91df1379c1bb57e439698
Passage 2normalized OCR · source chars 1081-2220

פאר דער ײדישער פארשטײערשאפט אין מאגיגםראט זענען געשטאנען ספעציעלע יידישע פראבלעמען• כמײט לעדער ראט״ מאן איז געװארן א שתדלן פאר ארעמע י׳דן, האט געמוזט זארגן פאר זייערע טאג־טעגלעכע נויטן, פאר בעלי־מלאכות און קרעמערס װעמענס דאגות זענען געװען פארשידענערלײן אנהייבגדיק פון צאלן א שטראף פאר עובר־זײן אויף היגיענישע פארארדענוגגען ביז א דערלויבניש אויף א קראם אדער אר״ בעטם־ווארשטאט. בערך פיר יאר בין איך געװען ראטמאן מצד די צױניםטן׳ כ׳האב דערפילט פארשײדענע פונקציעס צו דער צופרידגקײט פון גאנצן שטאטראט. בעת מײן עליה קײן ארץ־ישראל אין 1925 האט דער שטאטראט צװאמען מיט דער שטאטפארװאל־ טונג געצײלט 28 מיטגלידער, דערפון 18 ײדן און 10 גישט־ ײדן• בורמיסטש איז געװען זיכאװיטש, װיצע — יאן מאי ; לאװני־ קעם ־ מענדראװםקי יעקב, װאװשטשיק אנדזשעי, פאסטערנאק לייביש. ראטמענער : אבראמאוויטש אליעזר, דזשאלאװםקי יוםף, גארליצקי יאנקל, קריניצקי הענריק, לאנגװאלד אברהם׳ מעלמאן משה, מאשנבערג ױםף, מיכאלסקי אנדזשעי, מאפע דוד, ד״ר גוםטאװ בענאל, פאװלאװםקי אנדזשעי, פיגטשעװסקי אברהם, װײםבארד מאטל, סטראדאװםקי א״טאגי, שטרום הערשל, שלױוינםקי אנטאני, סקוזשעװםקי פנחם, טארעק זע־ ליק, װילטשיק לײבל, װעקםלער ישראל פםח, זאמאיםקי רא־ מאן, זילבערבערג דוד ױםף, זשעלאזשניק אליעזר.

passage_857202b205ac4b7effe589d0
Passage 3normalized OCR · source chars 2222-3064

צװישן די פינף באאמטע פון מאגיםטראט האט זיך געפונען בלויז אײן ײדישע פרוי — זאלצבערג ברײנדל. אין די שטאטראט־װאלן װאס זענען פארגעקומען גאך מײן אװעקפארן, אין יאר 1926, האבן א גרויסן נצחון אפגעהאלטן די ליגקע פועלי צױן, און בעת די שפעטערדיקע װאלן אויך די רעכטע פועלי צױן. צוזאמען זעגען אין די װאלן פון 1926 געװען 21 ײדישע ראטמענער אויף 3 נישט־ײדישע. בעת די שטאטראט־װאלן װאס זענען פארגעקומען צוזאמען מיט די םײם־װאלן אין 1929, האט די מאכט פאראײניקט אלע ארומיקע דערפער אין אײן װאל־ראיאן מיט דער שטאט און אזוי ארום נישט דערלאזט קײן ײדישע מערהײט. לםוף האט דער סטאראםטע גאמינירט די שטאט־פארװאלטונג פון 24 מיטגלידער אויף א פאריטעטן אופן — א העלפט ײדן, א העלפט נישט־ײדן. די שטאטראט־װאלן זעגען אין כמיעלגיק תמיד געװען א געשעעניש. לאנגע חדשים פריער האט זיך געפירט די װאל־ אגיטאציע און פארשטײער פון די באזונדערע ליסטעם זענען ארויםגעטראטן מיט פלאמיקע רעדעם.

passage_c4c0813c6e6af5b5669c0fde
Passage 4normalized OCR · source chars 3066-4019

אין די דרײםיקער יארן האבן זיך אין די װאלן באטײליקט : צױניםטן, מזרחי, לינקע און רעכטע פועלי צױן, װירטשאפט־ לעכע ארגאגיזאציעס, בעלי־מלאכות, קרעמערס, אגודת ישראל : אפילו די קאמוניםטן, װאס זענען געװען אומלעגאל, זענען געגאנגען צו די װאלן מיט א פארמאסקירטער ליסטע פון נאדל־פאראײן, און זײער פארשטײער משה סילמאן איז אדורך. אין יענער צײט האבן ײדן געהאט א גרויםע מערהײט און די שטאטפארװאלטונג, װאם איז באשטאגען פון פינף פערזאן, האט געהאט דרײ ײדן. דער בורמיםטש מיט זײן װיצע זענען אבער תמיד געװען גישט־ײדן. די לינקע גרופירונגען זענען געװען דער שטארקםטער כוח אין דער ײדישער רעפרעזענטאנץ און זײ האבן דעריבער אראפגעבראכט פון דאמבראװע א םאציאליםט פון פ.פ.ס. זיעלינסקי, װעלכער איז געװען בורמיםטש א לעגגערע צײט ביז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד צוליב פאמיליען־ טעמים. בעת זײן קאדענץ איז די גאס אויף װעלכער ם׳האט זיך געפו־ גען דער לאקאל און די ביבליאטעק פון די לינקע םועלי צױן אנגערופן געװארן ,די 1־טע מאי־גאם״. דאם איז געװען דער ערשטער פאל אין דער גאנצער קעלצער װאיעװאדשאפט•

passage_ea55d770457ae3832ccb626d