ייסף קלײנערט / צװישו צװײ װעלט־מלחמות (חולמ)
גאד אין די ערשטע יארן נאכן ערשטן װעלט־קריג איז די אײגציקע אינםטיטוציע אויף דער ײדישער גאס אין כמיעלניק געװען די צױניסטישע ארגאניזאציע. בראש פון איר איז געשטאנען אברהם זילבערבערג, א באליבטער און געאכטע־ טער עסקן, װעלכער איז אין די שפעטרדיקע יארן אריבער ארבעטן אין דער צענטראלע פון קרן־היםוד קײן װארשע. ארום אים האבן זיך גרופירט א רײ באגײסטערטע צױגיסטישע טוערס, צװישן װעלכע ס׳האט זיך באזונדערס אויסגעצײכנט דער שפעטערדיקער באקאנטער עסקן ישכר קאנערצוקער. די דאזיקע גרופע האט דאס ארגאניזירט אין דער שטאט די ערשטע ײדישע ביבליאטעק, די ״תרבות״־שולע, העברעאישע קורסן, אמאטארן־פארשטעלונגען. אין ראם פון אט דער ארגא־ ניזאציע האט זיך קאנצענטרירט דאס גאנצע ײדישע פאליטישע און קולטורעלע לעבן. פון אירע רײען האט זיך אויך רעקרו־ טירט די ערשטע חלוצים־גרופע, פון װעלכער פיל זענען אװעק קײן ארץ־ישראל. באלד דערגאך איז פארגעקומען א שפאלטונג און עס אנטשטײט א נײער פאליטישער כוח — די לינקע פועלי צױן־פארטײ, אונטער דער אנפירונג פון די בא־ קאנטע ארבעטער־טוערם לייבל ווילטשיק און יאנקל פרידמאן. די סארטיי האט זיך גיך באפעםטיקט און ארגאניזירט, גרו־ פירנדיק ארום זיך די ארבעטער־ױגנט אין שטאט. ביזן לעצטן טאג פון איר עקםיסטענץ און פון דער עקסיסטענץ פון ײדישן כמיעלניק בכלל — האט די פארטײ געפירט א ביז גאר לעב־ האפטיקע אלזײטיקע טעטיקײט און איז געװען אין אנהויב פון די צװאנציקער יארן די שטארקםטע ארגאניזאציע אין שטאט מיט אן אנגעועענער רעפרעזענטאנץ אין אלע ײדישע געזעל־ שאפטלעכע און שטאטישע אינסטיטוציעם.
די ביבליאטעק פון די לינקע פועלי צױן א. נ. פון י. ל. פרץ האט אנגעהויבן זײער באשײדן, אבער גיך זיך אנטװיקלט אין א קענטיקן פארנעם, דיספאגירנדיק מיט עטלעכע טויזנט ביכער. די לינקע פועלי צױן־ארגאגיזאציע האט געפירט א ברײט־פארצוױיגטע קולטור־אויפקלערערישע טעטיקײט צװישן דער נישט־פארמעגלעכער ײדישער באפעלקערונג דורך קורםן׳ פארלעזונגען, פאלקס־אונױוערםיטעטן אדג״ל. זי האט אײד געעפנט אן אפיציעלע ציש״א־שולע, װעלכע האט אבער, נאך רעזולםאם פון די צױניםטישע קאנגרעס־װאלן אין 1939 אין כמיעלניק : נומער 1 (״על המשמר״) — 105, 3 (מזרחי) — 76, 5 (סוע״צ־צ״ם) — 212, 6 — 50, 7 — 32. (״הײנט״, 27־טער ױלי, 1939) עטלעכע יארן עקסיסטענץ, זיך ליקװידירט צוליב מאנגל אין לערערם. צװישן די קולטור־טוערם פון די פועלי צױן, װאם פארדינען באזוגדערם דערמאנט צו װערן, זענען געװען אברהם שײבער און גחמיה סאמבורסקי, צוױי אויטאדידאקטן, מיט א גרויםן באגאזש פון װיםן. די צװײט־גרעםטע פארטײ לויט דער צאל מיטגלידער און אײנפלום, איז געװען די רעכטע פועלי צױן. זי איז געװען גוט אנגעזען אויף דער ײדישער גאס און איז באדײטנדיק געװען רעפרעזענטירט אין די שטאטישע אינםטיטוציעס.
דער פאקט װאס ײדן האבן אויםגעמאכט איבער 85 פראצענט פון דער אלגעמײנער באפעלקערונג, איז תמיד געװען װי א דארן אין די אויגן פון דער פוילישער מאכט, װאס האט זיך גערעכנט מיט דער מעגלעכקײט, אז די יױץ קענען זיד ארגאניזירן און איבערנעמען די מאכט. דער פחד איז בא־ זונדערס גרוים געװען בעת די שטאטראט־װאלן. זײ האבן דעריבער אלץ געטאן, כדי צו םארװאנדלען די ײדישע מער־ הײט אין א מינדערהײט.
אין די ײדישע קרײזן איז אפילו גישט צוגעלאזט געװאח דער געדאנק אויסצונוצן די מערהײט פאר איבערנעמען די מוניציפאליטעט, און װען א רמז װעגן אזא פלאן איז אויפ־ געשװומען, האבן ײדן אלײן דערצו גישט דערלאזט, נעמלעך די רעליגיעזע קרײזן, װעלכע האבן נישט געװאלט אםילו הערן װעגן שאפן א ײדישער מערהײט אין דער שטאט־פארװאל־ טונג און אויסקלויבן א ײדישן בורמיסטש, טענהנדיק, אז א ײד קען נישט און טאר נישט שטײן אין שפיץ פון א פוילישער שטאט. די זעלביקע מײנונג האבן זײ אויך געהאט בנוגע א װײגיק־װיכטיקן עגין, בנוגע שטאטישע באאמטע. זײ האבן מורא געהאט, אז ײדן אלם שטאטישע אנגעשטעלטע װעלן מוזן ארבעטן אין שבת צוזאמען מיט די נישט־ײדן. בײ דער מײנונג האבן די רעליגיעזע קרײזן זיך געהאלטן נאך פעםטער נאך דעם טראגישן פאל מיט דער אין זײנער צײט אײנציקער ײדישער באאמטין זאלצבערג, װעלכע איז דערשאסן געװארן אין בױרא דורך א פוילישן באאמטן. פרוי זאלצבערג פלעגט אנשטאט שבת ארבעטן זונטיק, װען דער שטאטראט איז געװען געשלאסן. אין אײנעם א זונטיק, אין יאר 1926 איז דאם דאכט זיך געװען, װען פרוי זאלצבערג איז געזעסן בײ איר ארבעט- איז אין בױרא אנגעקומען א פוילישער באאמטער, א םעקװעם־ טראטאר, װעלכער האט, מאניפולירנדיק מיט זײן געװער אויס־ געשאסן און זי איז געפאלן טויט. דער פאל האט געמאכט א שװערן אײנדרוק אויף דער ײדישער באפעלקערוגג׳ אלע האבן