Original scan
Original memorial-book scan 261
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-423

513 ױסף קלײנערט — צװישן צװײ װעלט־מלחמות 514 אין דעם געזען אן אנטיםעמיטישן מארז/ הגם די אויםפארשונג בײ דער מיטבאטייליקוגג פון םארשטײער פון דער ײדישער קהילה און םון םאטער פון דער דערמארדעטער, און שפעטער דאס געריכט׳ האבן אויפגעוױזן׳ אז דער שאם איז געקומען *וליב א נישט־פארזיכטיקן באנוצן זיד מיטן געװער. די רע־ ליגיעזע פארשטײערס אין דער שטאט־פארװאלטונג האבן זיך לכן קאטעגאריש אנטקעגנגעשטעלט צוצונעמען ײדן אלס שטאטישע כאאמטע.

passage_7d66262e517571ef51988b59
Passage 2normalized OCR · source chars 425-1629

די רעליגיעזע זענען נישט געװען ארגאניזירט אלס פאלי־ טישע גרופן. פארקערט׳ זײ זענען געװען צעטײלט און צעשפליטערט אין פארשידענע גרופעם. אויף זײער זײט איז אבער געװען דער שטארקער האנטװערקער־פארבאנד׳ בראש מיטן באקאנטן עסקן הערשל שטרום. די רעליגיעזע צוזאכען מיטן האנטװערקער־פארבאנד האבן באהערשט די ײדישע קהילה און דארט פארװאלטעט אן א געזעלשאפטלעכער קאנטראל. די צױניסטישע ארגאניזאציע און די אנדערע פארטײען האבן נישט אנטײלגענומען אין די װאלן צו דער קהילה־פארװאלטונג׳ זײ האבן זי באיקאטירט און בכלל נישט איגטערעםירט זיד מיט איר טעטיקײט. נישט געקוקט אויף אירע קאלאםאלע פינאנציעלע מיטלען האט די קהילה־פאר״ װאלטונג זיך פארנומען בלויז מיט אויסהאלטן די בתי־תפילר״ רבנים׳ שוחטים און שמשים׳ נישט פירנדיק קײן שום בילדונג־טעטיקײט. אויך די תלמוד תורה׳ װאם האט עקםיס־ טירט א געװיסע צײט איז נישט אונטערשמיצט געװארן דורך דער קהילה־פארװאלטונג און האט זיך געמוזט שליסן. אויך בנוגע סאציאלע שוץ האט די קהילה — נישט געקוקט אויף דער גרויםער נ יט און ארעמקײט — גישט ארויסגעװיזן קײן געהעריקן אינטערעם און איניציאטױו. דעם גרעםטן טײל פון אירע פינאגציעלע מיטלען האט די קהילה באקומען פון שעכטן גענדז׳ די הויפט־פרנםה פון דער שטאט. יערלעך פלעגט כמיעלניק עקםפארטירן עטלעכע מיליאן גענדז און אט דער גאנצער האנדל איז געלעגן אין י׳־רישע הענט. פון די

passage_0398dd469ba8555a37f43b19
Passage 3normalized OCR · source chars 1631-2456

פרעזעסן םון דער קהילה דארפן דערמאנט װערן: משה מעלמאן׳ איטשע־מאיר דאמב׳ דוד־ױםף זילבערבערג און שבתי ביאלאגארםקי. דאקעגן פלעגט זײער גרוים זײן בײ כמיעלניקער דער אינטערעס צו די שטאטישע װאלן. שוין עטלעכע חדשים פאר די װאלן האט זיך אנגעהויבן א שטארקע אגיטאציע. דער קאמף האט זיך געפירט צווישן אלע יידישע פארטייען׳ אבער קודם־כל צװישן די רעכטע און די לינקע פועלי צױן• צו דער װאל־אגיטאציע פלעגן אויך קומען פארטײ־פירערם פון ױארשע׳ װעלכע האבן געזארגט פארן נצחון פון זײער פארטײ. די כוחות־פארטײלונג אין לעצטן שטאטראט איז געװען אזא: פון די 24 מאנדאטן האבן ײדן געהאט 18 ראטמענער. דערפון האבן די לינקע פועלי צױן און די רעכטע פועלי צױן געהאט צו זעקם מאנדאטן׳ האנטװערקער 2׳ ארטא־ דאקסן — 4; אין דער שטאטפארװאלטונג װאם האט געהאט פינף לאװניקעם זענען געװען דרײ ײדן און בלויז צװײ נישט־ײדן — דער בורמיסטש מיט זײן װיצע. דער טוינז פון ױזעח סילסודסקי

passage_1c0f3563a5a108e1c15b4933
Passage 4normalized OCR · source chars 2458-3095

דער טויט פון מארשאל ױזעף פילסודסקי האט אויף בײ אונדז ארויסגערופן א טיפן טרויער. עס איז גערופן געװארן א מאסן• פארזאמלונג פון אלע שטאטישע בעלי־מלאכית װו עם איז געלײענט געװארן אן אויפרוף׳ װעלכער איז צו אונז צוגעשיקט געװארן דוירן־ דער קיעלצער האנטװערקער־קאמער. מען ר,אט אנגענומען א טרויער־רעזא״ לוציע און אפגעשיקט אין צװ י עקזעמפלארן צו דער קיעלצער האנט־ װערקער־קאמער. אויף דער טרויער־הזכרה װאם אױ אײנגעארדנט געװארן פאר דער נשמה פון מארשאל האבן אנטײלגענומען אלע פארשטײער פון דער ארטיקער מאכט• אייר הרב ט ביה םילמאן פ ן כמיעלניק און הרב יעקב סילמאן פון פיעזשכניצע און פארשטײער םון דער ײדישער קהילה. (״דער מאמענט״, 10־טער ױני 1935, נומער 132)

passage_394aa082af87fbf8c7535035