משה מנשײו / די גמילות־חםדים־קאםע (תל־אביב) די מצװה פון גמילת־חםד האבן כמיעלניקער ײדן מקײם געװען בכל רמ״ח אברים. דער מנהג פון גמילת־חםד איז געװען אײנגעװארצלט אין שטעטל. דער רוב פון בעלי־מלאכה, קרעמערס און קלײנהענדלערם און ענ־ דיקנדיק מיט םוחרים׳ האבן זיך געהאלפן מיט די גמילות־חםד־אינסטיטוציעם, װעלכע האבן פינאנםירט כמעט אלע אונטערנעמונגען, נישט נעמענדיק קײן פראצענטער פון די הלװאות. אזוי האבן זיך ײדן געהאלפן אין די פרנםות װאס זענען לרוב געװעזן בדוחק. נישט נאר די אפיציעלע ליײ קאסעם האבן אין דעם געהאט א גרויסן בײשטײער. אויך צװישן זיך האבן כמיעלניקער ײדן זיך געהאלפן מיט קלײנע הלואות, א ״גמילות־חסד״ פון האנט צו האנט, אויף קורצע און לאנגע טערמינען, מער־רײכערע האבן געהאלפן װײניקער רײכע. סוחרים און קרעמער צװישן זיך און האנטװערקער האבן אײנער דעם אנדערן געהאלפן מיט א גמילת־חסד. די תבואה־םוחרים װאס האבן געדארפט אײנקויפן די תבואות בײ די פויערים אין דאנערשטיקדיקן מארק־טאג, האבן זיך א גאנצע װאך געגרײט מיט געלט און געבארגט בײ פרײנט און באקאנטע. אנדערע סוחרים װידער האבן דװקא אין מארק־ טאג געהאט פדױן און געקאנט העלפן מיט א גמילות־חסד אנדערע.
כמעט אין אלע חםידים־שטיבלעך האבן עקזיסטירט לײ־ קאסעס, אויך בײם האנטװערקער־פארײן, בײם קלײנהענדלער און סוחרים־פארײן. אין די חסידים־שטיבלעך האבן געלײמעט מיט דער קאסע על פי רוב דער גבאי, װאם האט יעדן שבת־ צונאכטס נאך ״הבדלה״ געפירט די חשבונות, אײנקאםירט די ראטעס און געגעבן הלואות. אין צענטער פון אט דער אקטױוער גמילת־חסד־טעטיקײט איז געשטאנען די אלגעמײנע אנפראצענטיקע גמילות־חסדים־ קאסע, װאם איז געגרינדעט געװארן אין יאר 1926 — תרפ״ו. די קאםע איז געװעזן פארבונדן מיט דער צענטראלע פון גמ״ח אין װארשע, װעלכע איז געשטיצט געװארן פון ״דזשאינט״ פארװאלטונג פון גמילות־חםדים קאםע אין כמיעלניק שטייען פון רעבטם אויף לינקס : הארש מענול פאכאל׳ס א בחורל, ישעיהו לײנמאן, ישעיהו טארעק, שמחה יעדװאבני, שלום באמשטײן, יאסל אגניעװיטש, מענדל מילראה מאקס רעיפיש, דוד פלוטשענניק. זיצן פיז רעכטם אויף לינקס ; ישראלקע בראװארניק, בנצױן װישניצקי, הארשל שטרום, הארש מענדל פאכאל, יאםל פעפער, מאיר סאמעטבאנה שלמה גרינװאלה יעקל פרײדמאן.