Original scan
Original memorial-book scan 264
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-885

519 םנקס כמיעלניין 520 די ערשטע םארװאלטונג װאם איז געוױילט געװארן אויף דער גריגדוגגם־םארזאמלונג איז באשטאגען םון פאלגנדייןע םערזאנען י פארװאלטונג : שבווי ביאלאגורםקי — פארזיצער? געצל פרידמאן — װיצע־םארזיצער ; איטשע פלוטשענניק — םעקרעטאר; הירש־מענדל פאכאל — קאסירער. ראט : מאיר סאמעטבאנד — פארזיצער ; שלמה גרינװאלר — םעקרעטאר ; יהושע שטײנפעלד, מענדל מילראד ; יענקל פרײדמאן; ישראל בראװארגיק• רעװידיר-קאמיסיע : יחיאל לעשמאן — פאמיצער ; הערצל איגעלניק — םעקרעטאר; חײם שלמה לעװקאװיטש — מיטגליד. אין יאר 1933 האט די גמ״ח געצײלט 384 מיטגלידער. די צאל ארויסגעגעבענע הלואות אין זעלבן יאר 559, אויף דער סומע 58,635 זלאטעס. באלאנס פון גמ״ח, 1 אפריל 1933 אקטױו מזומן אין קאםע בײ לװים אינװענטאר צוריק הוצאות ב ם ״ ה 196.03 זל. — 19.565.50 ״ — 14.50 ״ — 171.90 ״ 19.947.93 1ל• פאסיװ חוב ״דזשאיגט״ — 11.441.00 זל. פקדונות — סס.3.950 ״ גרונט־קאפיטאל — 4.556.93 ״ בם״ה 19.947.93 זל.

passage_14bb5da6b2dee92979444f1f
Passage 2normalized OCR · source chars 887-1913

די גמילת־חםד קאםע האט באלד בײ איר אנטשטײאונג זיך דערװארבן גרוים צוטרוי בײ דער גאנצער ײדישער באפעלקע־ רונג און געװארן א דאמיגירגדיקער פאקטאר אין ײדישן עקאנאמישן לעבן אין כמיעלניק. די צאל מיטגלידער איז געװאקסן פון יאר צו יאר אזוי אז אין די יארן 39—38, פארן אױםברוך פון קריג, האט זי פארמאגט אן אײגענעם לאקאל מיט א בױרא װאס האט אמטירט יעדן טאג און געהאלפן מיט גרויסע אנפראצענטיקע הלואות דער גאגצער ײדישער באפעל־ קערונג. אין יאר 1938 װען די עקאנאמישע לאגע האט זיך פארער־ גערט מיט יעדן טאג, איז די גמילח־חםדים־קאםע מער גישט אימשטאנד־געװען נאכצוקומען אלע נויטן פון אירע מיטגלי־ דער, װאם האבן פארלאנגט אלץ מער הלװאות. די פארװאלטונג האט זיך דאן געװענדעט מיט אן אפעל צו דער כמיעלניקער סאםײטי אין נױ־יארק, װאם איז אהין איבערגעשיקט געװאי־ן דורך דעם דזשאינט. אין דעם אפעל האט זיך אפגעשפיגלט די טראגישע עקאנאמישע לאגע אין װעלכער דאס שטעטל האמ זיך געפונען ערב דעם חורבן. מיר ברענגען דא דעם פולן טעקםט םון אויפרוף : גמילות חסדים קאסע אין כמיעלניק *ום כמיעלנ׳־קער םיק. ד,עב. סאסײטי אין נױ־יארק צו אונזערע שװעסטער און ברידער ! טײערע סרײנט \

passage_73fd02d55d756508a4d4412f
Passage 3normalized OCR · source chars 1915-3000

שוין עטלעכע מאל זײט יולי 1933 — דאן אויפן אדרעם םון מר י. אדלער אין בראנקם און אין פעברואר 1936 שוין אויפן אדרעם פון אײער סאסײטי — האבן מיר זיך געװאנדן צו אײך נאך שטיצע פאר דער גמילות־חסדים־קאסע אין כמיעלניק און ביז הײנט פון אײך קײן שום ענטפער נישט דערהאלטן. צי זענט איה שװעםטער און ברידער. גלײכגילטיק און אפאטיש צום גרויזאמען גורל פון אײערע פארלאזטע קרובים און פרײגט׳ װעלכע נאר א דאגק דער ג״ח־קאםע האלטן אײן זײער עקזיסטענץ און פאלן נישט אראפ אין אפגרונט פון פארצװײפלונג און דעפרעסיע ? ינײן, מיר װילן גישט און־ קענען גישט אין דעם גלויבן : אײערע פילבארע הערצער רעאגירן אויף דער נויט און ארעמקײט פון אײערע איבערגעלאזטע־ אין אײער אלטער הײם נאענטע. א פאקט, איר שיקט כמעט אויף יעדן ױם־טוב א געװיםע סומע אויף אוגטערשטיצונגען פאר ארעמע. צי פאר פםח אויף מצות, אדער פאר םוכות, אויף קארטאפל און אנדערע פראדוקטןי דאם איז אן אמת הומאניטארע און פילאנטראפישע הילף. אבער אײערע שװעסטער און ברידער די דאזיקע באזונדער אונטערשטיצטע העלפט איר װײניק — זײ קויפן זיך טאקי גאך צו מצות אדער קארטאפל אויף ױם־טוב. אץ פיל פאלן איבריקע, אבעי װאס זאלן טון די דאזיקע ארעמע לײט נאך ױם־טוב, װײטער בעטלען אץ הונגערן ? !

passage_160ba6b74f5b3f277dea6999
Passage 4normalized OCR · source chars 3002-4024

װען איר שיקט די דאזיקע סס3 דאלאר אין דער ג״ח־קאסע, באק מט זי פון ״דזשאינט״ צװײטע סס3 דאלאר און פאר די סס6 דאלאר װאלט די קאסע די זעלבע דעקלאסירטע און ארויסגעשטויסענע פון זײערע עקאנאמישע פאזיציעס, דערטײלט גרעםערע, לאנגטערמיניקע קרעדיטן אינגאנצן אן פראצעגט, װעלכע װאלטן זײ אנגערעקט צו זוכן פארשידענע באשעפטיקוגגען און ביזגעט אין װאלטן אויפסנײ געװארן פראדוקטױג און אויך דאם א ז װיכטיק, װאם מיר שטרײכן אונטער, אז די םומעזי װעלכע איר װעט שיקן דער ג״ה־קאסע, װעלן זײן א קרךקימת׳ אן אײביקער פאנד פאר דער גאנצער שטאט. די גרויסע נוצלעכקײט פון די ג״ח־קאםעם פארן פוילישן ײדנטוםי ספעציעל נאך אין הײנטיקן נײצײטיקן מיטלאלטער, גלויבן מיר, איז אײך גוט באקאנט פון דער פרעסע און פרױואטע ברױו. די טעטיקײט װידער פון דער ג״ח־קאםע אין אײער הײם־שטאט, האבן מיר אײך שוין מיט \ יאר צוריק פארגעשטעלט. דאך שיקן מיר אײך װידער צום באקענען פון די טרוקענע אבער פיל זאגנדע ציפערן, א יערלעכן באריכט, א קאסעבאריכט פון לעצטן מאנאט, א ליםטע םון קרעדיט־נעמער אין די לעצטע 6 מאנאטן און אנדערע מאטעריאלן. ליבע פרײנט ! הײנט גאך דערצו, צוליב דער אויסערםט שװערער

passage_16fe06f91d3f0fa61b555732
Passage 5normalized OCR · source chars 4026-4452

לאגע פון דער כמיעלניקער ײדישער באפעלקערונג, װאס איז א רעזולטאט פון דער אלגעמײנער עקםטערמינאציע־פאליטיק לגבי די ײדישע פאלקה־ מאםך נויטיקט זיך אונזער ג״ח־קאסע נאך מער װי פריער אין גרעםערע קאפיטאלן צו קענען אנטקעגנקומען די מאסן־װענדונגען נאך קרעדיטן. אמאל גוט סיטואירטע סוחרים קומען הײנט, לײדענדיק פון באיקאט און פיקעטן אין דער ג״ח־קאםע. צענדליקער אײערע קרובים און םרײנכ באלאגערן אונזער קאסע און בעטן, אז מיר זאלן זײ באלד העלםן.

passage_87e356b0fa9d66597df9cd91