מרדבי פרידנזאן / רבנים־מחלוקת (ראשון־לצױן) ערב ױם־כפור אין יאר תר״ץ. א געדיכטער רעגן פאלט אן אויפהער איבערן שטעטל און פארשטארקט די פארכטיקײט פון ױם הדין. ײדן מיט טליתים — פארזארגטע, פארטוען אין הרהורי תשובות׳ האבן געאײלט יעדער אין זײן שטיבל און בית הכגסת בעטן אויף א בעסער יאר, א יאר פון געזוגט און פרנסה. אבער גישט דער חסיד איז דערגאנגען אין זײן שטיבל, און נישט דער האנטװערקער אין בית הכנםת׳ אלעמענס טריט האבן געפירט צו דער קיעלצער גאס, צו דער װוינוגג פון רב. די טרויעריקע בשורד״ אז דער רב ר׳ אברהם יצחק םילמאן זצ״ל איז נפטר געװארן, האט זיך גיך פונאנדער־ געטראגן. דעפעשעס האבן צװויסן געטאן די גדולי התורה אין יעדער שטאט און שטעטל צו קומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד דעם גרויםן למדן און ערלעכן ײד• די במיעלניקער ײדישע באפעלקערונג האט געזארגט צו ברענגען צו קבורי׳ דעם נפטר פאר כל נדרי. אין יענעם טאג האט זיך אנגעהויבן די ביטערע מחלוקת. װען די חברא קדישא איז געקומען דורכפירן די לװיד״ האט זיך ארויםגעשטעלט טוביה דעם רב׳ם זון, װעלכער איז געװען מורה־הוראד״ און פארלאנגט מען זאל אים אונטערשרײבן׳ אז ער איז ממלא מקום פון זײן פאטער, ד.ה. ער װערט רב אין כמיעלניק. ער האט אבער אנגעטראפן אויף א שטארקער קעגנערשאפט.
אונטערן דרוק פון טוביהן איז פארגעקומען א באראטונג פון די רבנים, װעלכע זענען געקומען צו דער לװיה און באין־ברירה האבן זײ זיך געװאנדן צו דער ײדישער קהילי׳ מםכים צו זײן אויף דער קאנדידאטור פון טוביהן אלם כמיעלניקער רב. די קהילה האט אפגעהאלטן א זיצונג אונטערן פארזיץ פון קהילה־פרעזעס, דוד ױסף זילבערבערג, װעלכעי־ איז געװען קעגן באשטימען טוביהן אלס רב. נאך לאנגע װיכוהים האבן זײ פארגעלײגט טוביה׳ס עלטערן ברודער׳ לײזערל, װעלכער איז געװען רב אין דאלעשיץ — און טוביה זאל װײטער בלײבן מורה־הוראה. װען דער פארשלאג איז אפגעװארפן געװארן דורן טוביהן און עס האט זיך דערנענ־ טערט צו זון־אונטערגאנג און עס האט געדראט א חילול המת, דער נפטר זאל בלייבן ליגן יום־כפור, האט די קהילה טוביהן צוגעזאגט, אז ער ירשנט צייטווײליק דאס כסא־הרבנות. ײדן און קריםטן, פרויען און קינדער האבן באגלײט דעם רב צו זיץ אײביקער רו. אלע געשעפטן זענען געשלאסן געװארן. װו מען האט אדורכגעטראגן דעם ארון מיטן נפטר׳ האבן אױך די קריםטן געשלאסן די געשעפטן אין םאלידא־ ריטעט פון טרויער. ביי דער שיל איז דער ארון געבליבן שטײן, װו דער המון האט זיך צוגעהערט צו די הספדים פון פיל רבנים.
דער רב איז גאנץ שפעט געבראכט געװארן צו קבורה. די דרײ איבערגעבליבענע זין — די רבנים יענקעלע, לײזערל און טוביה האבן געזאגט קדיש, װאס איז באגלײט געװארן מיט א יאמערלעך געװײן פון פארזאמלטן עולם. װי געפאלן פון די כוחות, האט זיך יעדער געלאזט גײן אהײם, דערמאנענ־ דיק זיך דעם רב, דעם מנהיג, װעלכער פלעגט שטײן אין בית המדרש אויפן בעלעמער זאגן דרשות און לערנען צו זײן ערלעכע ײדן אין תורה־גײסט. יעדער אײנער האט זיך געפילט דערשלאגן נאכן איבערלעבן דעם טראגיש־זונטיקדיקן ערב ױם־כפור־טאג. ערשט חול המועד םוכות האט דאס שטעטל אנגעהויבן צו קאכן, שמועסן און דיסקוטירן־ װער װעט בלײבן רב אין כמיעלניק ?
בײם באקומען דעם װאכיקן געהאלט האט זיך טוביה איבערצײגט, אז זײנע באמיאונגען האבן נישט קײן שום װערט. ער באקומט דעם זעלבן געהאלט װאם פריער אלס מורה־ הוראה און נישט ווי א רב. עס האט זיך אנגעהױבן א קריגעריי. א גרויםער טײל חםידים און צװישן זײ דער קהילה־פרעזעם האבן געהאלטן׳ אז אזא שטאט װי כמיעלניק דארף האבן א גרעםערן למדן װי עס איז טוביה. זײ האבן פארגעלײגט דעם ראקאװער רב, װעלכער האט די זעלבע רעכט אויף דעם כםא־ רבנות װי טוביה — װײל דעם ראקאװער רבס א זײדע איז געווען רב אין כמיעלניק פאר טוביהס פאטער און צוליב געװיסע םיבות האט ער געמוזט אפטרעטן דאם כסא־רבנות פאר טוביהס פאטער. נאך דער פטירה פון טוביהס פאטער איז דער ראקאװער רב נישט קײן קלענערער ױרש װי טוביד״ — האבן פיל געהאלטן. די מחלוקת האט אנגעהויבן צו טראגן אן ערנסטן כאראק־ טער. די זיצונגען פון דער יידישער קהילה זענען געװען פול מיט קריגערײען און סקאנדאלן. עס איז שװער געװען צו קומען צו א הםכם. טוביה האט דערוױיל נישט געשװיגן. עם האבן זיך ארום אים געשאפן ױעצים, װעלכע האבן נאך מער פארשארפט די מחלוקת, ארײנציעגדיק װאם מער מענטשן אין די קריגערייען. די שטאט האט זיך צעטיילט אויף צוויי לאגערן — די האנטװערקערם אויף טוביהם צד, דער גרעסטער מײל חםידים זענען געװען אויפן צד פון ראקאװער רב. נישט וױיט פון כמיעלניק איז פאראן א שטעטל שידלאװ.
פון כמיעלניק פלעגן ײדן פארן צום רב פון דאזיקן שטעטל