549 מרדכי פרידנזאן — רבנים־מחלוקת 550 ביז שפעט בײנאכט איז די װױנונג פון ראקאװער רב געװען פול מיט חםידים. װען די חסידים זענען זיך פונאנדערגעגאנגען און יאסל שמש האט פארלאשן די שםארקע ליכט פון די פעגצטערם, װעלכע זענען ארויסגעגאנגען אויפן מארק, איז געװען א סימן, אז עס איז שוין גאנץ שפעט און די שפאצירנ־ דיקע ױגנט האט אנגעהויבן אײנציקװית גײן יעדער אין זיץ הײם.
בײ טוביה מיט זײנע אנהענגער איז נאך מער פארשטארקט געװארן די נקמה־געפילן און אין יעדער גאס, װו דער ראקאװער איז אדורכגעגאנגען האבן זיך געפונען טוביהס מענטשן און גלאט בעלנים, װעלכע האבן פוגע בכבוד געװען דעם ראקאװער רב. טוביה האט אויך אויםגערופן אין בית המדרש, אז ער אםרט די שחיטה פון ראקאװער רב און װער עם װעט עםן פון די שוחטים, װעלכע באקוקן דעם חלב בײם ראקאװער רב, איז אזוי גוט װי ער װאלט געגעםן טרפות, װײל לויטן פסק־דין פון די רבנים, װעלכע זענען געװען בײ דער לװיה פון זײן פאטער, איז דער ראקאװער נישט געזעצלעך רב אין כמיעלניק און ער האט גישט קײן רעכט צו כשרן קײן שום זאך. אין עטלעכע טעג ארום האט דער ראקאװער רב ווידער געאםרט טוביהם שחיטה — אזוי, אז א פרומען ערלעכן ייד איז נישט געבליבן קיין ברירה װי נישט צו עםן קײן פלײש. דאם זעלבע איז געװען מיט חופה וקידושין. װער עם האט גענומען חופה וקידושין בײ אײן רב האט לויטן פסק־ דין פון צװײטן געלעבט אומגעזעצלעך מיט זײו פרוי. אויך פםח האט אײנעד חמצדיק געמאכט דעם אוױון װעלכן דער צװײטער האט געכשרט. מען האט זיך נישט נאר באגנוגנט מיט װערטער, נאר עס איז אויך געקומען צו צוזאמענשטויםד. איין מאל װען דער ראקאװער רב איז נאך א דרשה ארוים צוזאמען מיט דוד יוםף זילבערבערג פון בית המדרש׳ האבן דעם פרעזעם פון דער קהילה אפגעװארט א גרופע האנט־ װערקער און אײנער האט דערלאנגט מיט .א פלאש אין קאפ פון דוד ױםף זילבערבערג און אים פארװונדעט. די שנאה און אינטריגעם צווישן ראקאווער און טוביה זענען געװען אומ־ דערטרעגלעך. דערצו האבן זיך נאך ארײנגעמישט א גרויסע טײל פון דער באפעלקערונג, װעלכע האבן נאך מער פאר־
שארפט די פארביסנקײט צװישן זײ. יעדער צד האט געהאט זײנע ״אנטקעס״, װעלכע מען האט איבערגעקויפט פאר א טרונק בראנפן און זײ האבן דעם קעגנערס רב נישט געלאזמ אדורכגיץ אין גאם.
אויך צװישן דער פאליצײ איז געװען א ראקאוױםט און א טוביהאיסט. באלטשיקאװםקי, דער הויכער פאליציאנט מיט די שװערע, כאמעטענע שטיװל און ברייטע גאלף־הויזן מיטן געשטופלטן פרצוף װי א גערעדלטע מצה, איז געװען דער אפטער אײנגײער בײ די ראקאװיסטן. דערװײל האט ער בײ יעדן סוחר גענומען עפעס, עסנװארג׳ שוכװארג, און קלײדונג. דער טוביהאיסטישער פאליציאנט׳ מײדע׳ מיט דער פארשארצטער נאז איז געװען מער בקי אץ ײדישע ענינים. ער האט אויך מיטגעארבעט אין דער געהײמער פאליצײ און נישט אײן מאל פלעגן דורך אים ײדישע ױגנטלעכע ארײנ־ פאלן אין תפיסה צוליב זײער פאליטישער אנגעהעריקײט. מײדע׳ן פלעגט מען אפט טרעפן בײ טוביהם קוזין, לײבל סילמאן אין שענק שיכורן. אלם באלוינונג פאר דער משקה האט ער טוביה׳ן געהאלפן מאכן דעם ראקאװער רב פאר א פאליטישן פארברעכער. אין א שבתדיקן טאג, אין דער פרי איז אנגעקומען פאליצײ מיט א באפעל צו ארעסטירן דעם ראקאװער רב אונטער דער באשולדיקונג, אז ער איז א קאמוניסט. א געשלאסענער אין קײטן האט מען דעם ראקאװער רב אדורכגעפירט דורך דער שטאט און א װאגן און פערד איז אים נאכגעפארן. הינטער דער שטאט איז דער רב אויפגעזעםן און אין דער באגלײטונג פון פאליצײ אפגעפירט געװארן אין דער פינטשעװער תפיםה. נאך לאנגע באמיאונגען איז געלונגען צו באפרײען דעם רב פון דער תפיסה אויף קאאוציע.
אזױ האט זיך די מחלוקת געצויגן ביז דעם װעלט־קריג. אין 5־טן סעפטעמבער, 1939, װען די נאצים זענען ארײן קײן במיעלגיק, האבן זיך טוביה און דער ראקאװער רב אוים־ באהאלטן אין אנדערע שטעט. נאך א געװיםער צײט האבן זײ זיך צוריקגעקערט קײן כמיעלניק און זיך איבערגעבעטו. ביידע האבן שפעטער געטיילט דעם גורל פון דער כמיעלניקער קהילה.