Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 282
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-801

555 פנקם כמיעלניק 556 דער ישיבה האבן אויך געלערנט פיל בחורים פון דער פרעמד׳ פון דער נאענטער םביבה און אפילו פון װײטע שטעט אין װאלין. א צוױיטע ישיבה װאם האט עקסיםטירט אין די לעצטע יארן פארן אומקום איז געװען די ״ישיבת חב״ד״ — פון ליובאװיטשער חםידים• מיט דער ישיבה האבן אנגעפירט די ױנגעלײט ױםף׳ דער אײדעם פון ױחנן שוחט און אברהם זאנשײן. כמעט אלע חםידישע שטיבלעך זענען פול געװען מימ לומדים. געװען ײדן װאס האבן געלערנט פון פרי׳ כעלות׳ ביז אין דער שפעטער נאכט ארײן. באזונדערם פאפולער איז געװען דער שיעור פון ״דף ױמי״, װאס איז אײנגעפירט געװארן דורך גערער חסידים און שפעטער אויך דורך אנדערע חםידים. איך געדענק װי מײן פאטער פלעגט אויפשטײן יעדן פארטאג און אײלן אין קוזמירער שטיבל ארײן׳ דװ ער פלעגט לערנען מיט עטלעבע חסידים דעם שיעור נאך פארן זאגן תהילים און שחרית־דאװענען• די תלמוד תורה און דער ״חדר הכללי״

passage_34908738ff15101735f01ae4
Passage 2normalized OCR · source chars 803-1327

צוזאמען מיט די חדרים׳ אין װעלכע עם האבן בעיקד געלערנט באלעבאטישע קינדער׳ האט אויך עקסיםטירט א תלמוד־תורה׳ װאם איז הײפטזעכלעך געװען באשטימט פאר ארעמע און נישט־פארמעגלעכע קינדער. די תלמוד־תורה איז אויםגעהאלטן געװארן פון דער קהילה׳ װעלכע האט אױך געזארגט פאר הלבשה און באשפײזונג פון די ארעמע תלמי־ דים. די לימודים פון דער תלמוד־תורה זענען פארגעקומען אין בנינים׳ װעלכע האבן געהערט צו דער קהילה׳ די מלמדים זענען געװען פון שטאט. אין יאר 1924 איז אויף דער איניציאטױו פון די קהילה־ פרנםים געשאפן געװארן דער ״חדר כללי״. דאם איז געװען

passage_95a0c0393287de4ad87501b6
Passage 3normalized OCR · source chars 1329-2377

א פאראײניקונג פון אלע מינים חדרים. אין שפיץ פון ״חדר הכללי״ איז געשטאנען א מנהל. ער איז םפעציעל געבראכט געװארן פון דער פרעמד אנצופירן מיט די אדמיניסטראטױוע ענינים און משגיח זײן אויף די לימודים. די ״חדרים״, װעלכע האבן זיך מערםטנטײל געפוגען אין זײער שלעכטע באדינ־ גונגען אין די ענגע דירות פון די מלמדים, זענען אריבער אין די קהילה־בנינים און אין די בתי־מדרשים, אין פאליש פון בית הכנםת, עזרת נשים און אנדערע מקומות. דער מנהל האט אײנגעפירט א םדר אין די לימודים און יעדע װאך האבן די למדנים פון שטאט דורכגעפירט ״בחינות״, אויסגעפרעגט די קיגדער אין לערנען און די װאם האבן די עקזאמענס אויסגע־ האלטן זענען אריבער אין העכערע כיתות. דאם איז באטראכט געװארן פאר א גרויםער דערגרײכונג אויפן דערציאונגס־ געביט. אויסגעהאלטן איז די אינםטיטוציע געװארן דורכן ועד הקהילד״ אין שפיץ פון װעלכן ם׳זענען דעמאלט געשטא־ נען : ר׳ איטשע מאיר דאמב׳ דוד ערנרײך (פינטשעװער)׳ משה מעלמאן און אנדערע• מאדערנע שולן׳ ציש״א׳ יבנה, תרבות׳ בית יעקב מיט דער אקטױויזירונג פון געזעלשאפטלעכן לעבן און אנטשטײאונג פון די באזונדערע פארטײען, איז אלץ מער אקטועל געװארן די גרינדונג פון מאדערנע שולן•

passage_df878673d4f0e368d3dac736
Passage 4normalized OCR · source chars 2379-2888

אזוי ארום איז אויף דער איניציאטיװ פון די צױניםטישע עםקנים אין שטאט געגרינדעט געװארן א ״תרבות״־שולע. די דאזיקע שולע האט עקסיסטירט עטלעכע יארן׳ און נעבן דער שולע איז טעטיק געװען דער קרײז ״העבריה״, װאם האט פארשפרײט די העברעאישע שפראך און ליטעראטור. אין די צװאנציקער יארן האבן די ״לינקע פועלי צױן״ געגרינדעט א ציש״א־שולע. אין זײנער צײט איז די דאזיקע די לײטונג פון דער *פאװשעכנער״ שולע מיט הענריק קריניצקי אין דער שפיץ און מאזעלא, װאם האס געשםאמט סון ײדן. די שילער און שילערינם בעתן אויספלוג אין װיעליטשקא, 1923.

passage_044642b71015e0282fe74fdd