Original scan
Original memorial-book scan 295
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-803

יהושע שטײנפעלד / ךי מזרחײב&װעגונג (מערידען׳ אמעריקע) דאס איז געװען מיט א פערציק יאר צוריק׳ אין כמיעלניק איז שוין געװעזן א באשיידענע צױניסטישע ארגאניזאציע עם זענען אבער אויך געװעזן לומדי תורה װי אויך האנט־ װערקער׳ װאס שיבת־צױן איז זײ טײער געװעזן. געשטאנען זענען זײ גרײט צו דער ארבעט אבער געװארט אויף דער געלעגנהײט די טעטיקײט לטובת צױן צו פאראײניקן מיט תורה. אין װארשע האט שוין דאן עקזיםטירט די צענטראלע פון דער ״מזרחי״־באװעגונג אין שפיץ מיט הרב ניםנבוים׳ הרב בראט׳ העשל פארבשטײן און אנדערע. גענוי װי אין פיל אנדערע פראװינץ־שטעט פון פוילן׳ איז דעמאלט אויך בײ אונז אין שטאט אנטשטאנען דער סניף ״מזרחי״. דער רעױן פון שיבת־צױן על פי התורה האט אנגעהויבן ארײנצודרינגען אין אלע רעליגיעזע קרײזן אין שטאט. דער גרעסטער טײל פון די בית המדרש בחורים׳ סתם בעלי־בתים און אויך האנט־ װערקער זענען געװארן אקטױו אין סניף.

passage_6316e6ad1932d9b88537e4fa
Passage 2normalized OCR · source chars 805-1829

די ערשטע גרויסע פארזאמלונג פון ״מזרחי״ אין כמיעלניק איז פארגעקומען אין חסידישן בית המדרש מיטן אנטײל פון חבר הועד המרכזי שטשעראנםקי װעלכער האט רעפע־ רירט װעגן די צילן אין אויפגאבן פון ״מזרחי״. די פארזאמ־ לונג האט אויםגעקליבן די ערשטע פארװאלטונג װעמענס פארזיצער איז געװעזן ר׳ שלמה־דוד קלארמאן׳ װאם איז געװעזן זײער באליבט בײ אלע כמיעלניקער ײדן. א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער׳ גוטן װילן׳ פול מיט װיסן אין תורה און װעלטלעכע לימודים. א ײד מיט גוטע מידות װאס פיל האבן זיך בײ אים שואל־עצה געװעזן. ער האט פארמאגט אן אפן הארץ און געטרײ געדינט דעם רעליגיעזן ציוניזם. פון רעכטס : יהווית סילמאן׳ (בת הרב יעקב סילמאן), דבורה מא#ע, מאלע מענטליק. יהושע שטײנפעלד אלע האבן זיך צו אים באצויגן מיט דרך־ארץ. די אנדערע מיטגלידער פון דער פארװאלטונג זענען געװען : משה לעמ־ בערג׳ דודל ערגרײך׳ דוד מאפע׳ שבתי ביאלאגורסקי׳ יעקל פלוטשענניק׳ ישראלקע פרידנםאן א״א. ״מזרחי״ האט געפירט א ברײטע טעטיקײט אין שטאט. זײנע פארשטײער זענען געװעזן פארטראטן אין דער קהילד״ שטאט־ראט און אנדערע אינסטיטוציעס. ר׳ שלמה קלארמאן איז צװײ מאל געװײלט געװארן אין שטאט־ראט.

passage_48155585fcac681476d36b80
Passage 3normalized OCR · source chars 1831-2063

מיר האבן געגרינדעט אן אײגענעם בית תפילה (שטיבל) צום דאװנען יעדן טאג און בפרט שבת און ױם־טוב. מיר האבן געשריבן א םפר תורה אויפן נאמען ״מזרחי״ און מיט גרוים פײערלעכקײט געפירט אין שיל ארײן. מיט דער שמחה האט זיך מיטגעפרײט די גאנצע שטאט.

passage_9dc35d859fdb84628d994e30
Passage 4normalized OCR · source chars 2065-3162

װען דער ״מזרחי״־םניף האט זיך שוין געהאט גוט אײנ־ געבירגערט׳ זענען מיר צוגעטראטן צו שאפן דעם חדר מזרחי. אײניקע חברים׳ ״צעירי מזרחי״, צװישן זײ? אברהם לעמ־ בערג׳ יחזקאל לעמבערג׳ מענדל ערנרײך׳ לײביש ערנרײך׳ משה קויפמאן׳ חײם װײצמאן׳ משה זאנשײן׳ אלימלך קוקיעל־ קע׳ זענען געװעזן די שאפער און בויער פון ערשטן רעלי־ גיעזן צױן־חנוך אין כמיעלניק. באלד דערנאך איז געגרינ־ דעט געװארן די ״יבנה״־שולע אין װעלכער מען האט געלערנט תורה מיט װעלטלעכע לימודים לויטן נײםטן פעדאגאגישן פראגראם מיט די בעסטע לערערס און לערערינס. די לערערס זענען געבראכט געװארן פון ליטע׳ די בעסטע פעדאגאגן און העברעאיש־קענער. אײנער פון זײ איז געװעזן דער גרויםער מחנך ר׳ אברהם זוטא׳ א גרויםער משכיל׳ למדן און מטיף״ נפטר געװארן אין א״י. אין דער ״יבנה״־שולע זענען געװעזן 3 מחלקות׳ ײנגלעך און מײדלעך באזוגדער. די שולע איז געװעזן די בעםטע פון שטאט. צו די בחינות םון תלמידים זעגען געקומען רבנים פון מרכז אין װארשע. די ״יבנה*־ שולע האט געהאט א גוטן שם׳ אויך עלטערן װאם זעגען געװעזן װײט פון מזרחי׳ האבן זײערע קינדער געשיקט אין דער ״יבגה״־שולע. די ״צעירי מזרחי״־ארגאניזאציע האט פיל יארן געפירט אן אינטענםױוע טעטיקײט. אירע אנפירנדיקע חברים׳ װאס האבן

passage_4e034cc6e37a39915fc62ace