583 פנקס כמיעלניק 584 פיל געלייםטעט פאר דער באװעגונג, זענען געװעזן : מיכאל בריקמאן׳ נח מענטליק׳ ישראל באטשע און אנדערע. פיל געלײםטעט פאר מזרחי האבן אוין־: שמואל־זליג זעלא.ניק, שמואל סאמבורסקי, בצלאל מאלי׳ אלימלך טויבנ־ בלאט׳ יאקיל װישגיצקי, פײװל מיאדאװניק׳ שמחה גאלדװא־ סער׳ מרדכי מארקאװיעצקי, חײם־שמעון טרײמאן׳ בן־צױן דיאמענט, דוד הארװיץ, שמעון־יצהק װאציקעװיטש. די אלע האבן געארבעט בלב וננפש למען המזרחי. זײ זענען געשטאנען בײם רודער׳ געהאלפן מיט געלט און השפעה. ואחרון אחרון חביב׳ הרב ר׳ יעקב סילמאן׳ דער מטיף און גײסטיקער פירער פון מזרחי אין כמיעלניק. לאמיר נאך דערמאנען דעם טײערן עםקן ר׳ ױסף פעפער׳ װאס האט פארנאכלעסיקט זײן פרנםה און געטרײ געדינט די באװעגונג׳ און װײטער — מײן ברודער ר׳ שמעון־אליעזר, דער פײנער בעל תפילה פון ימים נוראים׳ דער שליח ציבור מיט א זיםער שטימע, װאם האט באצויבערט די מתפללים. ביזן הײנטיקן טאג קאן איך גישט פארגעסן דעם ״לרוד מזמור״, װאס ער האט געזונגען בײם סױם הספר. אויך םניפים פון ״בנות מזרחי״, ״ברוריה״ און ״השומר הדתי״ האבן די מזרחי־עםקנים געשאפן אין כמיעלניק. הרב ״השומר הדתי״ (בנות מזרחי) פון רענטס : סאלע װאיציקעװיטש רחצ׳יע װיגאדני באשע ראדזינסקי הארצקע גאלדליםט ראש הקן של ״השומר־הדתי״ ועםקן צעיר במזרחי
יעקב סילמאן האט פיל געלײסטעט פארן מזרחי אין כמיעלניק׳ ער פלעגט רעפערירן 2 מאל א װאך פאר די צעירים. פאר ״ברוריה״ האט פיל געלײסטעט יהודית סילמאן׳ די טאכטער פון הרב יעקב, די טאכטער פון דוד מאפע און די טאבטער פון עזרא שוחט. אין די לעצטע יארן פארן קריג זענען בראש פון ״מזרחי׳ און ״תורה ועבודה״ געשטאנען: הרב יעקב םילמאן׳ ר׳ ױסף פעפער׳ בצלאל מאלי, דוד הארװיץ׳ אליעזר שטײנפעלד׳ מרדכי לעדערמאן און יהודה הארװיץ. בראש פון ״צעירי מזרחי״ — נח מענטליק, און בראש פון ״השומר־הדתי״ הארצקע גאלדליםט. די קולטורעלע ארבעט איז געשטאנען אויף א הויכן נױוא. פאר ״בנות־צױן״ זענען אײנגעארדנט געװארן ליטע־ רארישע אװנטן מיט שעורים און רעפעראטן. ״ברוריה״ האט געלערנט צױניסטישע און ײדישע געשיכטע. ״השומר־הדתי״ — הלוציזם אין תורה־גײסט, װאם איז געװעזן זײער פאפולער בײ דער ױגנט. זומער זענען אײנגעארדנט געװארן מושבות קיץ מיטן אנטײל פון שלום טרעלער׳ װאם איז געפאלן בײם פארטײדיקן דעם גוש־עצױן. אונזערע חברים פון ״תורה־ ועבודה״ האבן מיטגעמאכט הכשרה און זיך געגרײט צו עליה. די ״יבנה״־שולע האט פארמאגט אן אײגענעם דראמאטישן קרײז׳ װאס האט געגעבן עפנטלעכע קאנצערטן און פאר־ שטעלונגען אונטער דער לײטוגג פון ארטיקע רעזשיסארן.
די ״מזרחי״ און ״תורה־ועבודה״ אין כמיעלניק האט דער* צויגן א דור אין גײסט פון רעליגיעזן צױגיזם׳ געלײםטעט פול פאר קרן קײמת׳ קרן היסוד און קרן ארץ־ישראל.