אליהובהירי / לינקע פועלי־ציװ (נױ־יארק) װען די פועלי־צױן־ארגאניזאציע איז אנטשטאנען אין כמיעלניק, איז זײער שװער צו געבן א באשטימטן ענטפער, װײל װײט צוריק, אין יאר 11—1910, זענען שױן געװעזן א סך יחידים ״פועלי־צױן״, װי למשל: איטשעלע פלוטשעניק, געקומען פון װארשע, קלמן מיעדזשיגורםקי, געקומען אהײם אויף ױם טובים פון לאדזש, בצלאל זילבערבערג און אנדערע. װען פועלי־צױן איז געװארן א מאםן־ארגאניזאציע אין כמיעלניק, איז שוין א סך גרינגער צו געבן א תשובה. ארויםגעװאקםן איז די ארגאניזאציע בעת א שפאלטונג אין דער ״ײדישער שטאטישער ביבליאטעק׳/ װעלכע איז געװעזן אונטער דער אנפירונג פון די אלגעמײנע צױניסטן. אויף דער אלגעמײנער פארזאמלונג אין יאר 1916 איז אנטשטאנען אן אפאזיציע אונטער דער אנפירונג פון־ ישראלקע גוטמאן, אברהם לאנגװאלד, איטשעלע פלוטשעניק, הערצל איגעלניק. דוד מאשנבערג, חנה רבקה װילטשיק, לײבל װילטשיק. רויזע קלײנערט, בצלאל זילבערבערג, קלמן מיעדזשיגורסקי. בצלאל שטארק, מרדכי פוקם, חנה רבקה און שלמה קעניגס־ יערג. מאניע און שרה הערשקאפ א. אנד.
דאס איבערנעמען די ײדישע שטאטישע ביבליאטעק דורך דער אפאזיציע, איז גראד צונויפגעפאלן מיט א באזוך פץ א באקאנטן אין יענער צײט פועלי־צױן־ארגאניזאטאר אינם קיעלצער ראיאן מיטן נאמען חבר דאן (דן מילײקאװםקי), א גוטער רעדנער און ארגאניזאטאר, — מיט זײן מיטהילף, איז צו יענער צײט אנטשטאנען די פועלי־צױן־ארגאניזאציע אין כמיעלניק• די פ.צ.־ארגאניזאציע אין כמיעלניק, איז גלײך געװארן א מאסן־ארגאניזאציע. זי האט ארומגענומען הונדערטער משפחות, אזוי, אז נאך דער אנטשטײאונג פון דער פוילישער רעפובליק, האט די פ.צ.־ארגאניזאציע באקומען בײ די שטאט־ראט־װאלן אין יאר 1919, 5 ראטמענער (כמיעלניק האט געהאט 24 ראטמענער) אין די פערזאנען: 1) אברהם ייאנגװאלד, 2) ישראלקע גוטמאן, 3) פנחם סקוזשעװסקי, 4) לײבל װילטשיק און 5) הערצל איגעלניק. זײ האבן מיט כבוד און װירדע שטענדיק פארטראטן די איגטערעםן פון די ארבעטנדיקע און פאלקס־מאםן אינעם כמיעלניקער שטאט• ראט. פון יענער װאל־קאמפאניע אן, האט מען זיך שוין אלעמאל גערעכגט מיט דער מײנונג פון דער פ.צ.־ארגאני־ זאציע אין שטאט• די פ.צ.־ארגאניזאציע האט נאך געפירט 2 װאל־קאמפאניעם צום שטאט־ראט אין כמיעלניק : אין די יארן 1927 און 1928 און האט אלעמאל געװוגען נישט וױיניקער װי 5 ראטמענער.
נאך די װאלן אין יאר 1927 האט די פוילישע מאכט זײענדיק באזארגט װעגן דער גרויםער צאל שטימען, װעלכע ״פועלי־צױן״ האט באקומען, דעם שטאט־ראט פונאנדער־ געלאזט און געמאכט נײע װאלן אין יאר 1928, אבער די רעזולטאטן זענען געװעזן נאך מער איבעראשנדיק פאר דער מאכט׳ וױיל עם איז דערװײלט געװארן א נאך מערער קעמפערישע גרופע : 1) יאנקל פרידמאן, 2) איטשעלע פלוטשעניק, 3) הערצקע דיאמענט, 4) שמחה יעדװאבני און 5) אליהו קלארמאן. נאך די װאלן, צום ערשטן מאל אין דער פועלי־ציון קאמיטעט אין יאר 1919 ערשטע רײע זיצנזיק : אברהם שײבער, יאסל ליסער, בערל איגעלניק, בײרעך גארליצקי, יענקל פרידמא־. צתײטע ר״ע שטײענדיק : קלמז מיעדזיגורםקי, לײבל װילטשיק.
געשיכטע פון כמיעלניקער שטאט־ראט׳ האט די פ.צ.־פראקציע געלײענט א דעקלאראציע אין דער ײדישער שפראך װעגן אירע צילן און אויפגאבן אין שטאט־ראט : 1) גלײכבארעכ־ טיקונג פון דער ײדישער שפראך אין מאגיםטראט, װו די פאלקם־מענטשן זאלן זיך קענען װענדן אין ײדיש װעגן זײערע נויטן — דאמאלסט איז טאקע צום ערשטן מאל אנגענומען געװארן אלס אנגעשטעלטער יוסף קלײנערט. 2) סאציאלע הילף — װעגן פאנאנדערטײלן קוילן, האלץ און שפײז פאר דער ארעמער באפעלקערונג, 3) םובםידיעם פאר די ײדישע קולטור־אינסטיטוציעס : ציש״א־שולע א. נ. ב. באראכאװ, די ײדישע ביבליאטעק אין שטאט א.אנד• כמיעלניק, װו דער פראצענט פון ײדישע אײנװוינער האט אויםגעמאבט א לחלוטינדיקע מערהײט און מיט זיך פארגע־ שטעלט 87.3% ײדן׳ האט אויך באזארגט מיט אירע אוים־ ארבעטונגען די ארומיקע שטעט און שטעטלעך. די פ.צ. ארגא־ ניזאציע האט זיך זײט איר גרינדונג פארנומען מיטן אוים־ בעםערן דעם מאטעריעלן מצב פון די ארבעטנדיקע און האט