Original scan
Original memorial-book scan 298
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-636

587 סנקם כמיעלניק 588 זין־ באמיט אויפצושטעלן פראפעםיאנעלע ארגאניזאציעש׳ אגגעםירט מיט שטרײקן פאר קורצערע ארבעטם־שעהן׳ העכערע לוינען׳ בעסערע באהאנדלונג א.א.װ. דער ערשטער שטרײק אין כמיעלניק איז אויםגעבראכן אין יאר 1917 בײ די גארבער. דער שטרײק איז געװעזן א פאר־ עקשנטער׳ אנגעהאלטן עטלעכע װאכן׳ אפילו געװעזן א סך ארעםטן׳ אבער דער שטרײק איז געוװנען געװארן מיטן גרעםטן דערפאלג׳ װײל צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע פון כמיעלניק איז אײנגעפירט געװארן אן אכט־שעהדיקער ארבעטס־טאג. נאך דעם נצחון בײ די גארבער האט די ״פ.צ.״ און איר פראפעםיאנעלער ראט אנגעהויבן ארגאניזירן די שיד־ארבעטער, שנײדערס׳ ליכט־ארבעטער׳ האלץ און מעבל־ ארבעטער׳ טרעגער א. אנד.

passage_a3a891ea495a2be1a48e9ac5
Passage 2normalized OCR · source chars 638-1622

צוזאמען מיטן ארגאניזירן די ארבעטער פראפעסיאנעל האט זיד די ,פ.צ.״ באמיט ארײנציען זײ אינם לײענער־קרײז פון דער ײדישער שטאטישער ביבליאטעק. דא האט זי אבער אנגעטראפן אויף א נישקשהדיקן אנאלפאבעטיזם׳ א סך פון די ארגאניזירטע האבן אפילו נישט געקענט שרײבן ײדישי האט זי געגרינדעט די געזעלשאפט ״אװגט־קורםן״ װו מ׳האט געלערנט שרײבן ײדיש׳ פויליש׳ חשבון׳ נאטור־װיסגשאםט און געאגראפיע. אין די קורםן האבן זיך באטײליקט אקטיװ דויזע קלײנערט־װילטשיק׳ לײבל װילטשיק (בײדע אומגע־ בראכט דורד די נאצים אין קיעלץ) פנחס סקוזשעװסקי, ישראלקע גוטמאן׳ אברהם לאנגװאלד׳ בערל איגעלניק (אומגעבראכט אין פראנקרײך דורך די נאצים) קלמן מיעדזשי־ גורסקי (אומגעבראכט מיט זײן פרוי חוה וױינבערג און זײער טעכטערל אין װארשע) און יאנקל פרידמאן (אומגעבראכט מיט דער כמיעלניקער קהילה), א.אנד. ס׳זענען אײנגעארדנט געװארן לעקציעס אויף ליטערא־ רישע׳ פאליטישע און עקאנאמישע טעמעם און דיסקוסיעס׳ אםך מאל מיטן אנטײל פון די ח״ח זרובבל, יצחק לעװ׳ ױסף ראזן, משה ערעם׳ ש. פעטערזײל׳ נתן בוקםבוים׳ שכנא זאגאן׳ שלום קױוײקא, ד״ר ױםף קרוק, ױאל מאסטבוים.

passage_0fbec39334bd8ba474539eb6
Passage 3normalized OCR · source chars 1624-2783

דאס אלץ * די ביבליאטעק (וװ דער אפצאל איז געװעזן א מינימאלער) די אװנט־קורםן (אן אפצאל) און די לעקציעס מיט רעדגער פון װארשע׳ האט געקאםט געלט און די קאסע איז אלעמאל געװען לײדיק. האט מען געגרינדעט א דראמא־ טישן קרײז׳ װעלכער זאל געבן פארשטעלונגען אין קאנצערטן׳ כדי צו דעקז אלע קאסטן. דער דראמאטישער קריױ איז טאקע געװעזן א דערפאלג, נישט נאר אין מאטער־ יעלן׳ נאר נאד מערער אין קינםטלערישן זין. דער דראמ. קרימ׳ א חוץ קאנצערטן און פארשיידענע ליטערארישע אװנטן׳ האט אויפגעםירט מיט גרוים דערפאלג צענדליקער פיעסן. דער דראמ. קרײז האט זײער שטארק אויסגענומען מיט זײנע אויםסירונגען׳ און נישט נאר בלויז בײ אונדז אין כמיעלניק האט מען געהאט גײםטיקן גענום םון זײנע םארשטעלונגען נאר אסילו ארומיקע שטעט און שטעטלעד׳ האבן אײגגעלאדן דעם דראמ. קרײז׳ צו געבן פארשטעלונגען אין זײערע שטעט• װי * קיעלץ׳ פינטשעװ, סטאשעװ׳ בוסק א.אנד. אממערטטנס׳ זענען די פארשטעלונגען געגעבן געװארן אין די אװנטן פון חול המועד פםח׳ םוכות און אנדערע ױם טובים און טײל מאל אינמיטן יאר׳ וױיל אויף די ימים טובים זענען אהײמגעקומען א םך כמיעלניקער׳ װעלכע האבן געארבעט אין דער פרעמד. די מיטגלידער פון דראמ. קרימ זענען באשטאנען פון ארבעטס־מענטשן׳ און האבן געמאכט זײערע רעפעטיציעס אין די אװנטן נאד זײערע ארבעטם־ שעהן.

passage_1caafb9cd31fc4813ff61570
Passage 4normalized OCR · source chars 2785-4178

איד גלויב׳ אז ס׳װאלט געװעזן א גרויםע עװלה׳ װען מען זאל נישט דערמאנען די אלע׳ װעלכע האבן אליץ שװער געארבעט בײטאג און אװעקגעגעבן אין די אװנטן זײער מי און ענערגיע און געלט׳ כדי צו קענען אויםהאלטן און פאר־ ברײטערן די ״ביבליאטעק״, די ״אװנט־קורםן״ און פארשײ־ דענע לעקציעס, צו ברענגען מער װיםן פאר די דערװאקםענע און שפעטער פאר דער ױגנט און ציש״א־קינדער שולע א.נ. פון ב. באראכאװ אין כמיעלניק : 1) חנה רבקה קעניגסבערג׳ 2) שמואל טײטלבוים (אין שיקאגא), 3) מרדכי גוטמאן (אין ארגענטינע), 4) ראכל ליס־מאלאשעװער (אומגעבראכט געװארן אין פאריז), 5) יאםל ליסער (אומגעבראכט מיט זײן פרוי און זון אין ראװנע), 6) יהושע גוטמאן׳ 7) די שװעסטער בלומענטאל׳ חיה׳לע, 8) דרעזל, 9) אסתר׳ 10) חנד״ און 11) שײנדל (געשטארבן אין יאר 1937 אין מאנטרעאל• קאנאדע), 12) אברהם׳טשע זילבערבערג, טראגיש געשטארבן אין יאר 1929 אין קראקע, 13) אברהם שװיעטשניק געשטארבן אין יאר 1929 אין כמיעלניק, 14) אלתר גליקםמאן, 15) מרדכי שפױואק, 16) ױאל סקורעצקי, 17) חיה שרה פעלמאן־פרידמאן. 18) נחמיה םאמבורסקי, 19) בײרעד גארליצקי׳ 20) בלומע דזשארע, 21) חנן פאפלאק 22) יצחק פירשטנבערג, 23) פײװל שפױואק, 24) אסתר אבראמאװיטש, 25) שפרינצע אײזיקא־ װיטש (אומגעקומען דורך די נאציס), 26) רויזע זילבערבערג־ זשערניצקי (אומגעקומען מיט איר קינד אין רוסלאנד), 27) הערש װאלף פאסטערנאק (אין םאריז), 28) אסתר שײן (אין קאנאדע)׳ 29) טעמערל װײצמאן (אין אמעריקע), און א סך אנדערע, װעלכע דער שרײבער פון די שורות׳ האט זײ פאר־ לוירן פון זכרון נאד 28 יאר זיץ אװעק פון כמיעלניק.

passage_2b94330cb94a436e4ab089e0
Passage 5normalized OCR · source chars 4180-4740

די ױגנט־ארגאניזאציע איז געגריגדעט געװארן אין יאר 1917, מיט א יאר און א האלבן שפעטער, װי די מוטער־ארגא־ גיזאציע ״פ.צ.״ װײל ס׳איז געװעזן אוממעגלעד צו האלטן בײדע, עלטערע און ױגנטלעכע צוזאמעז, .אין װיסנדיק, אז די ױגנטלעכע װעלן װערן עלטער און װעלן ארײן אין ״ס.צ.״. די ״ױגנט״־ארגאניזאציע איז געװאקסן א סך שנעלער אפילו װי די מוטער־ארגאניזאציע און דאמאלם האט מען טראגספעדירט די ח׳ אברהם שײבער (װעלכער איז די 20־קער יארן אװעק קיץ דײטשלאנד׳ שטודירט דארטן, נאכדעם געאר־ בעט אין םאװיעטישן קאנסולאט׳ געסארן קיץ רוסלאנד און פארשוװגדן געװארן ביזן הײנטיקן טאג), און שמואל לײב

passage_9a152d7c1a38438165cd2b29