Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 338
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-731

675 סנקס כמיעלניק 676 האבן געמאבט גרויםע באמיאונגען ארײנצובאקומען זיך אין די אמוניציע־פאבריקן פון קיעלץ און סקארזשיםק22). אין דער דאזיקער צײט איז געשאםן געװארן דורך דעם פאלקםדויטש שצישליק דער קאמענדאנט פון דער ײדישער פאליצײ מאניעק פאםטערנאק23)• דעם 20־טן נאװעמבער 1942 איז פארגעקומען די דריטע ״אויסזידלוגג״ פון די כמיעלניקער ײדן אין םאנדאמיעזשער געטא. בערך 40 ײדן זענען פארבליבן אין דער זשאנדארמעריע צו האקן האלץ׳ ארבעטן אין גארטן, און טאן אלערלײ רײני־ קוגג־ארבעטן. שפעטער זענען פארבליבן בלויז 13 פערזאן, די איבריקע זענען אריבערגעפירט געװארן אין קיעלצער ״האםאג״24). די דײטשן װיםנדיק, אז אין כמיעלניק געפינען זיך נאך באהאלטענע ײדן, האבן ארויםגעלאזט א פלאקאט, רופנדיק אלע ײדן צו מעלדן זיך פרײװיליק ארויםצופארן קײן סאנדא־ מיעזש.

passage_cff57b8f3d77985bf55c605f
Passage 2normalized OCR · source chars 733-1679

אין מערץ 1943 האט דער קעלצער ״האסאג״, װאס האט גלײכצײטיק אויך אויםגעארבעט קארטאפל־פלאטקעם, ארויס־ געשיקט קײן כמיעלניק א גרופע פון 30 ײדישע ארבעטער• כדי צו זאמלען קארטאפל פאר דער פאבריק אין דער צײט װען עס װערן אויפגעדעקט די גריבער מיט קארטאפל. די א.ג. קארטאפל־קאלומנע, איז באלד פארגרעםערט געװארן מיט 13 פרויען, װאם האבן געדארפט אפראװידירן די גרופע ארבעטער. צוליב די שװערע סאניטארע באדינגונגען זענען אלע פרויען קראנק געװארן אויף טיפום. די דײטשן, דערװיםנ־ דיק זיך װעגן דעם, האבן גלײך אויסגעשאסן אלע קראנקע. בלויז געצײלטע פרויען איז געלוגגען צו אנטלויפן קײן קיעלץ. גאכדעם, װי די קארטאפל־קאלומגע איז צוריקגעשיקט געװארן אין ״האםאג״ האט א דײטשישער זשאנדארם א סוף געמאכט צום לעבן פון דעם אויםװורף פאםטאק, װאס איז דערשאסן געװארן (אין מאי 1943) מיט דעם אײגענעם רעװאל־ װער, מיט װעלכן ער, פאםטאק, האט א םך ײדן אומגעבראכט. זײן לעצטער קרבן איז געװען אברהם כמיעלניצקי, װאס איז דערמארדעט געװארן אויף די פעלדער הינטער כמיעלניק בעת ער איז אנטלאפן םון סקארזשיםק25).

passage_ad2de6f01a3f6569d299fbee
Passage 3normalized OCR · source chars 1681-2415

אין צויזמער (סאנדאמיעזשער) געטא, אונטער דער ברוטאלער הערשאפט פון ױדענפרעסער און באװוםטן צורר לעשער׳ האבן זיך צונויפגעזאמלט 6000 ײדן, דארונטער 1100 סטאשאװער ײדן (די צאל כמיעלניקער ײדן װאם זענען אנגעקומען קײן סאנדאמיעזש איז נישט פעסטגעשטעלט געװארן דורך די עדות). די אײנגעשפארטע געטא־באפעלקע־ רונג האט באקומען צוגעטײלט בלויז 21 הײזער פון דעם ענגן ״ײדן־געםל״, אזוי אז די ענגשאפט איז געװען אין לשערי אין אײן צימער האבן װעגעטירט צו 50 מענטשן. דעם סז־טן יאנואר 1943 איז דאס געטא ליקװידירט געװארן. צענדליקער קראנקע אין װײסע שפיטאל־מלבושים זענען לעיני כל דער־ שאסן געװאךף^ שװער גענוי פעסטצושטעלן װיפל כמיעלניקער ײדן האבן געארבעט אין די לאגערן סקארזשיסקא־קאמיעננא׳ קיעלץ׳ טשענסטאכאװ. מער װײניקער איז אוגז באקאנט זײער גורל אין די דאזיקע לאגערן.

passage_cb071210a5fb4377d444dbd3
Passage 4normalized OCR · source chars 2417-3983

דער מצב פון די איבערגעזידלטע קײן םקארזשיםקא א*ן דער אמוניציע־פאבריק, װעלכע די דײטשע פירמע ״האםאג״ (״הוגא שנײדער אקציען געזעלשאפט״) האט אויסגעבויט אין א גרעםערן פארנעם, איז געװען א שװערע, װײל אין רעזול־ טאט פון א רײ רעװיזיעס זענען זײ געװען געצװונגען איבער־ צוגעבן זײערע בעסערע זאכן. צום שװערסטן זענען געטראפן געװארן די ארבעטנדיקע אין װערק ״צ״ און אין װערק ״ב״. די פאבריק האט געהאט 3 װערקן: װערק ״א״ — הויפט־ װערק, װערק ״ב״ און װערק ״צ״, בײ טראטיל און פיקרין, יװאס האט געענדערט דעם קאליר פון געזיכט און האר און אויםגעפרעםן דעם ארגאניזם• ביטער איז געװען, װי געזאגט אויך דער גורל פון די ארבעטנדיקע אין װערק ״ב״, בפרט פון די יעניקע, װאם האבן געארבעט אונטער דער אויפזיכט פון שלעכטע קאפאם װי למשל דער קאפא־רוצח גאלדבערג פון ראדאמםק. די ארבעטער, װאס זענען געװען באשעפטיקט בײ אויסארבעטן 2 צ״מ־קוילן קעגן אעראפלאנען האבן געהאט באדינגונגען, װאס האבן נישט זעלטן גורם געװען שװערע קראגקהײטן און טויט. די ארבעט בײ די אײל־מאשיגען׳ װאס האבן אדורכגענעצט דאם אנטועכץ פון די ארבעטנדיקע און אויסגעגעסן לעכער אין קערפער, האבן פארענדערט דעם מענטשן נישט צו דערקענען. מיט דער צײט איז געװארן פאר די אויםגעמאטערטע מענטשן אוממעגלעך אויסצופירן די ארבעטסנארמעס, פארװאם זײ זענען באשטראפט געװען מיט שמיץ, פון װעלכע די געשלאגענע האבן באקומען פרענגעס אויף זײער פארװונדעטן קערפער. אין אזעלכע באדינגונגען איז אומגעקומען זער 17 יעריגער געזוגטער און שײן אנטװיקלטער כמיעלניקער בחור װאלף פרידמאן, װעמען דער קאפא שימעק פלײשהאקער האט אפט געשלאגן און ישראל גאלדליםט מיט זײן 12־יעריק ײגגל משה׳לע. יעדן זונטיק זענען פאדגעקומען אין לאגער ״סעלעקציעס״, װאס האבן זיך פארענדיקט יעדעס מאל מיטן ארויסנעמען מחנות מענטשן

passage_8d5d3bfdd824efdfcf17c95c
Passage 5normalized OCR · source chars 3984-4639

צום דערשיסן. אין סקארזשיםקער לאגער זענען דערשאסן *עװארן הונדערטער כמיעלגיקער ײדן27). אין קעלצער ״האסאג״ האבן געארבעט 450 ײדן פון פאר־ שידענע שטעט. דער ארבעטםטאג האט דא געדויערט 16 שעה. געװען אויך דא טויט־פאלן אין רעזולטאט פון ארבעטן איבער די כוחות. די שטראפנארמע האט דא באטראפן 30 שמוץ• עטלעכע ײדן, װאס האבן זיך באהאלטן בעת דער אויםזידלונג קײן פיאנקי און םקארזשיםק, זענען דערשאםן געװארן. אבער 2 מיטגלידער פון ״השומר הצעיר״ איז געלונגען צו אנטלויפן פון לאגער א דאגק דער הילף פון זײערע אידײאישע חברים׳ װאם האבן אויך אנגעהאלטן א קאנטאקט מיט די םטאשאװער שומרים, װאם האבן זיך געפינען אין די װעלדער. װען די רוסישע ארמײ האט זיך אנגעהויבן צו דערנענטערן קימ קעלץ׳

passage_82bcd9163648443e7407bfaf