Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 343
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-899

685 ד״ר ױסף קערמיש — כמיעלניקער ײדן אונטערן נאצי־רעישים 686 אויף דער ארישער זײט איז װארשע האבן זיד אויד געפונען באשע ראדזינסקא (מאטילדא), מײטע מיאדאװניק, מרים קאליש אץ איר מאן בן צױן בלאנק (דאס דאזיקע פארפאלק איז אבער ארײנגעפאלן אין די הענט פון דער זשאנדארמעריע), ד״ר באלאנאװסקי, נתן שװער מיט זײן פרוי, ריבטשע דזשארע. אין געטא ווארשע האבן געפונען א צייטװייליקן מקלט די װייטער־ דיקע כמיעלניקער שרידים : בערל האמער, לאה אץ מאניעק פרײס׳ רוחמה זאלצמאן, בלימקע סאמעטבאנד, אברהם דזשארע און רבקה ניסנגארטףג). די ײדן װאם זענען אנטלאפן פאר דער ערשטער ״אקציע״ און אויסבאהאלטן זיך ביי הײמישע פויערים פון די ארומיקע דערפער און שײערם׳ קעלערס׳ שטאלן, גריבער א.ד.גל., האבן פאר די דאזיקע ״דירות״ באצאלט מיט טײער געלט אין מתנות. אבער די מײםטע פון זיי, װער פריער װער שפעטער, האבן די ײדן ענטװעדער ארויםגעטריבן אדער זײ איבער־ געגעבן אין די הענט פון די דייטשן36). אזוי גיט איבער אין אירע זכרונות מרים מיאדאװניק־רײד׳

passage_0bc8ec83fc2f2515152ce1e9
Passage 2normalized OCR · source chars 901-1994

אז ערב דער ערשטער אקציע האבן באקאנטע פויערים דערלויבט איר איבערצונעכטיקן אין אײנעם פון די 3 הײזלעך װאם זענען געשטאנען קעגנאיבער די םקאלעס. אבער צומאר־ גנס האט מען זײ פארטריבן אוים מורא ״װײל מען שיםט קריםטן׳ װאם באהאלטן אוים ײדן״. נאך לאנגע זוכענישן האט מ. מיאדאװניק־רײך באקומען א מקלט אין דעם זײטיקן דארף גאזשעכאװ, אבער נאכדעם װי די פויערים האבן פון איר ארויםבאקומען װערטפולע זאכן האבן זײ זי מםלק געװען37)• דאסגלײכן רבקה מאלי, װאס איז אויף א ברוטאלן אופן ארויםגעטריבן געװארן דורך םטאשעק שצוקעװיטש, איז בארויבט געװארן הינטער קעלץ׳ דורך א פאליאק, װאס האט זי געזאלט אריבערפירן קײן װארשע*3). אפילו די ארנט־ לעכערע פאליאקן האבן זיך נישט געאײלט אפצוגעבן די חפצים און סחורות די נויטבאדערפטיקע ײדן׳ װאים האבן נישט געהאט צו באצאלן זייערע קריםטלעכע בעלי־בתים פארן אויםבאהאלטן זײ. זײ זענען געװען זיכער אז די ײדן װעלן סײ װי ארײנ־ פאלן אין די הענט פון די דײטשן, און דעריבער האבן זײ זיך אפגעזאגט פון צוריקגעבן עפעס. ״אײן גוי — גיט איבער א באגלויביקטער עדות — האט אונדז יא געהאט עפעם אפגע־ געבן׳ אבער ארויםגייענדיק פון אים׳ זענען אונדז 2 שקצים באפאלן מיט קאסעס אין די הענט און פון אונדז אלץ צוריק־ גענומען״.

passage_a69a847964841b5cddcab2de
Passage 3normalized OCR · source chars 1996-2878

געװען נישט װײניק פאליאקן׳ װאם זענען געװען שטארק באאײנפלוסט פון דער נאצישער אנטי־ײדישער פראפאגאנדע אין זײערע באציאונגען צו ײדן. גישט שװער איז די דײטשן אנגעקומען צו באאײנפלוםן אויף געװינען פאר זײער אוים־ ראטונג־פאליטיק די פריש־געבאקענע פוילישע םוחרים און הענדלער װאם האבן געירשנט די פראפעםיעס פיו ײיז איז זײערע אונטערנעמונגען און קראמען. בעת דער צװײטער ״אקציע״ זענען געשטאנען נאענט פון זאמל־פלאץ (היגטער משה פאסטערנאקם הויז) פיל פאליאקן׳ צװישן זײ שילער און שילערינס פון שולן׳ און מיט א געלעכטער און שפאט׳ זיך צוגעקוקט צום אומגליק פון די יידן. זיי האבן געטרונקען און געפראװעט שמחות צוליב דעם׳ װאם מען טרײבט ארויס דעם רעשט ײדן פון שטאט39). די פרוי פון כמיעלניקער פאלקס־שול־לערער קאנדערא, א טאכטער פון די פאװלאװסקים, האט געמסרט מרים מיאדאװניק בעת זי האט געפרװוט פארן פון קעלצער װאקזאל קײן װארשע מיט איר ברודערס ײנגעלע. אין רעזולטאט פון דער דאזיקער מםירה האט די געםטאפא געשאסן דאם קינד.

passage_7929a5c873aea0b4c376ee28
Passage 4normalized OCR · source chars 2880-3170

די גרופע פון 150 מאן׳ װאם איז געלונגען איבערצוקויפן דעם נאטשאלגיק פון דער כמיעלניקער באן־סטאציע און באקומען א םפעציעלן צוג קײן ראקאװ׳ איז אויף דער סטאציע סטרוינװו׳ דרוגניא׳ פאטאק באפאלן געװארן דורד פוילישע כוליגאנעם׳ װאס האבן נישט נאר ראבירט גאר אויך צעשלאגן די פאםאזשירן פון יידישן צוג״4).

passage_9fb472188b8bec9f2b7dd191
Passage 5normalized OCR · source chars 3172-4398

נישט קײן קלײגעם חלק אין אויסמארדן די כמיעלניקער שרידים האבן געהאט פאליאקן׳ פיגצטערע פארשויגען׳ געזעלשאפטלעכער אפפאל׳ װאס זענען באפאלן די ײדן אין װאלד און אלץ צעראבירט בײ זײ. 2 ײדישע פרויען זענען אין װאלד לעבן ראקאװ בארויבט און דערמארדעט געװארן. א גרופע גוײם איז באפאלן אין טאג פון דער ״אקציע״ אין די םקאלעם הינטער כמיעלניק די ברידער טורקעלטויב׳ אויסגעטון זײ ביז צום העמד׳ אלץ בײ זײ צוגענומען און צום םוף זײ דערהרגעט. אויך זריצער פאליאקן (זריצע׳ 2 ק״מ פון כמיעלניק), האבן אויף א גרוילעכן אופן דערמארדעט 2 ײדישע פאמיליעס טארעק און װאיציקעװיטש. אין דארף דרוגניא זענען א טאג פאר דער ״אקציע״ דערהרגעט געװארן 7 ײח• פאקטן פון רויבן און פרװון פון דערמארדן אנטלאפענע ײדן האבן אויך געהאט אן ארט אויף דער באן, װי דאס האט פאםירט מיט די ברידער יחיאל און קלמן מאפע. װאם זענען אנטלאפן אין דער נאכט פאר דער ״אקציע״ קײן ראקאװ41). עם האט אבער אויך פאסירט, אז די ײדן װאס האבז זיד געפונען אין װאלד האבן געטראפן פאליאקן װאם האבן פאר א גוטן פרײז זײ אריינגענומען צו זיך און אויסבאהאלטז אויף א געװיםער צײט, אבער נישט תמיד האט א גוט באהעל־ טעניש געקאנט געבן א פולע פארזיכערונג. אזוי איז אויף א טראגישן אופן אומגעקומען די פאמיליע שפיגל אץ גיטל װישניצקי און טאכטער (איטל װײסלעצער) װאם זענען ע״פי צופאל אנטדעקט געװארן דורך די דײטשן אין א באהעל־ טעניש42).

passage_fb1ba86e238055c1fb6aade0
Passage 6normalized OCR · source chars 4400-4762

אין מאי 1943 האט זיך די לאגע פון די לעצטע אויסבאהאל־ טענע בײ פאליאקן שרידים ױיער פארערגערט. די פוילישע פארטיזאנער (אקאװצעם װי אויד די ״קעמפער״ אין נ.ס.ז. — גאציאנאלע באװאפנטע בוחוח) האבן אויף אײגענער האנט געזוכט באהאלטענע ײדן און זײ אומגעבראכט. נישט געקוקט דערויף װאס אפיציעל האבן די אומלעגאלע פוילישע ארגא־ ניזאציעס געווארגט אין שייכות מיטן אויפשטאנד פון װארשע־

passage_518296015951e82498355cdc