731 פנקם כמיעלניק 732 איבער 2 טויזנט מאלצײטן זענען באשטימט געװארן: משדז לעװענשטײן׳ אברהם שטראך׳ בצלאל מאלע׳ ױסל פעפער׳ אץ נחמיה סאמבארסקע. דער קאמיטעט האט אויך אויפגעהאלטן א ״יתומים־הויז״ פון 300 קינדער בערך פון פלאצק און פון כמיעלניק. אין הילפם־קאמיטעט האבן זיך געשאפן פארשידענע רײבונ־ גען. אין דער זעלבער צײט האט זיך א גרויסער טײל פון ױדנ־ ראט און פון הילפם־קאמיטעט זיך קעגנגעשטעלט אברהם לאנג־ װאלד און ער האט געמוזט דעמיםיאנירן לטובת שמואל זאלצ־ מאן׳ װעלכער איז געװארן פרעזעס פון ױדנראט. צו יענער צײט זענען אויםגעבראכן טיפוס־עפידעמיעם אין שטאט א־ן עם איז געשאפן געװארן א שפיטאל׳ װאס האט נישט געהאט די מעגלעכקײט אויפצונעמען אלע קראנקע פון שטאט׳ אויך דער לאדזשער װײסגאלד װאם איז געשטאנען בראש פון שפיטאל איז צום סוף קראנק געװארן אויף טיפוס.
דער יודגראט האט פינקטלעך אויםגעפירט די באפעלן און די פארארדענונגען פון די דײטשן׳ פונדעםטװעגן איז דאם פאר די דײטשן נישט געװען גענוג. פון צײט צו צײט זענען די ס.ס.־לײט מיט הינט געקומען אין שטאט ארײן און געלױערט אויף טריט און שריט. יעדער אײנער, װאס מען האט געטראפן מיט א ביםל פראװיאנט הינטער דער שטאט׳ איז תיכף דער־ שאםן געװארן. מען האט געשיקט קינדער אין די דערפער צו שאפן עםן׳ װײל קיגדער זענען געװען װײניקער באדראט. שפעטער האט מען אויך קינדער געשאםן׳ טרעפנדיק זײ מיט א ביםל עםן׳ צוריקקומענדיקע פון דארף. אזוי איז דערשאסי געװארן בײם ברײז׳ לײזער מאנצאזש׳ס א ײנגל פון 14 יאר׳ זעליק׳ װעלבער האט געטראגן א ביסל מעל אויף דער פלײצע.
אין יאר 1941 איז אנגעקומען די שטרענגע געטא־פאראר־ דענונג, צו פארלאזן דעם צענטער פון דער שטאט, װײל דער געטא איז געשאפן געװארן אין די שמאלע הינטערגעסלעך ? שול־גאס, בעדנארםקע׳ פורמאנםקע, באד־גאס און סביבה• מחוץ דעם געטא זענען געװעזן־ די קעלצער גאס, דער גרויסער מארק׳ די טומאה־גאס און דער בוםקער װעג. דער צענטער פון געטא איז געווארן די שמאלע בעדנארסקע גאם. דער ױדנראט איז ארויס פון לאנגװאלדס הויז און ארײן אין משה בוםקערם הויז און נאך שפעטער איז ער ארײן אין בנין פון מאגיסטראט׳ בעת דער מאגיסטראט איז אריין אין לאנג־ װאלדם הויז. די גאנצע צײט פון דער דײטשער אקופאציע האט מען געמעגט זײן אין גאם נאר ביז 6 אװגט. טאג־טעגלעך איז דאס לעבן געװארן שװערער. די דײטשע זשאנדארמעריע איז געװארן דער אײנציקער הערשער אין שטאט און מען האט געפרװוט מיט שוחד צו װירקן אויף זײ צו טוען פארשי־ דענע טומת און צו פארמײדן שטראפן. װען עם זעגען אנגעקומען די ערשטע קלאנגען װעגן אוים־ זידלונגען האט מען פארט נישט געװאלט גלדיבן׳ אז עס דערנענטערט זיך דער ביטערער םוף. אין די לעצטע װאכן פאר דער אויסזידלונג אין כמיעלניק האט מען אגגעהויבן ארגאניזירן ״שאפן״. מען האט געטראכט׳ אז מיטן ארגאניזירן אזעלכע פאך־װארשטאטן װעט אפשר
געלונגען א טײל ײדן פאכלײט צו בלײבן לעבן׳ ארבעטנדיק פארן דײטשן מיליםער. דער ױדגראט האט געשאפן א קאמי־ טעט צו ארגאניזירן די ,׳שאפן״. מען האט פארשריבן פאכלײט און בכלל ױנג און אלט צו ארבעט. דאם איז אבער גישט געלונגען צו ארגאניזירן׳ וױיל די כמיעלניקער אויסזידלונג איז שוין געװעזן גרײט לויטן דײטשן פלאן.
חול המועד םוכות אין יאר 1942 האט מען אנגעהויבן ארויספירן די יונגע און פעאיקע צו דער ארבעט אין אמוניציע פאבריקן קײן סקארזשיסק. עס איז ארוים א םארארדענונג און באפעל, או אלע ױנגע מענטשן פון 12 יאר ביז 25 מוזן זיך צושטעלן אין מארק־פלאץ פאר א דײטשער קאמיםיע׳ װעלכע װעט באשטעטיקן זײער ארבעטס־פעאיקײט. עם זענען באשטע־ טיקט געװארן 1200 ױגנטלעכע צו צװאנגם־ארבעט אין די לאגערן פאר דײטשע קריגס־צװעקן. די טראגעדיע פון די עלטערן איז געװעזן גרויס. אין תחילת האט מען באטראכט דאם אװעקשיקן פארן ערגסטן. דערנאך אבער האט מען זיך איבערצײגט׳ אז די געבליבענע זענען פארמשפט צו באלדיקן טויט. אויפן מארק־פלאץ האבן מענטשן געװײנט און געשטיקט אין זיך די טרערן און עס זענען פארגעקומען פארשידענע טראגישע פארפאלן׳ ספאזמען אאז״װ. גאכן באשטעטי^ן ארבעטס־פעאיקײט האט מען תיכף צוגענומען די מענטשן און שוין מער גישט אפגעלאזט׳ נאר אװעקגעפירט. מען האט אװעקגענומען מעגער פון פרויען׳ קינדער פון טאטעם און מאמעס. דאם אומגליק איז געװען גרוים׳ אבער דאם ערגסטע האט ערשט געדארפט קומען.
שמחת תורה פון 1942 איז פארװאנדלט געװארן אין תשעה־ באב. די שולן׳ בתי מדרשים׳ חםידים־שטיבלעך און מנינים זענען געװעזן פארפולט פון מתפללים. אויך די װעלכע זענען א גאנץ יאר צום דאװענען נישט געקומען׳ האבן געדאװנט מיטן גאנצן הארץ. פיל פון די װאם מען האט ארויסגעפירט קיץ סקארזשיםק׳ זענען אויפן װעג אנטלאפן און די דײטשן האבן זײ נאבגעשאסן. פיל האבן זיך באלד גישט צוגעשטעלט און א טײל האבן זיך געפרװוט מיט געלט און פראטעקציע אויסקויפן. צומארגנס האבן אנגעשיכורטע זשאגדארן אויס־ געפלוידערט׳ אז די געבליבענע ײדן װעלן פארניכטעט װערן און די פון םקארזשיםק װעלן בלײבן לעבן. אין דער זעלבער צײט האט די זשאנדארמעריע באפוילן דאם די ײדישע פאליצײ טאר זיך נישט מער פרײ באװעגן הינטער דער שטאט׳ װי זײ האבן געמעגט פריער. דאם האט באשטעטיקט די ידיעה׳ אז עם קומט אן דאס גרוילעכםטע׳ װאס מען האט אין חלום גישט געזען. מענטשן האבן אנגעהויבן אנטלויפן פון געםא׳ מען האט זיך באהאלטן אין דערפער בײ באקאנטע קריםטן. מען האט געזוכט פארשידענע באהעלטענישן׳ בכדי נישט בײצו־ װוינען די אויסזידלונג. פארשידענע בונקערם און געהײמע נישט באמערקבארע צימערן זענען פארבויט געװארן צום אויםבאהאלטן. מען האט שוין געזוכט מיטלען בכדי זיך ארײנצובאקומען אין לאגער אין םקארזשיםק און אפילו געצאלט געלט אץ גאלד׳ כדי צו קענען אנקומעז אין אן ארבעטס־לאגער.