Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 375
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1176

749 ארטור און מערי קלײנהענדלער — די 72 נאך דער אקציע 750 אין צװישנצײט האט מען אנגעהויבן אין רײען ארויספירן די ײדן׳ באװאכטע מיט ס.ס.־לײט פון בײדע זײטן. די מענטשן זענען שוין געװען אזוי דערשעפט און פארצװײפלט׳ אז די האבן אװעקגעװארפן אלץ װאם זײ האבן מיט זיך געהאט. די אלטע און קראנקע ײדן זענען נאכגעפארן מיט װעגענער צו דער נאענטסטער באן־םטאציע. יענע ײדן װעלכע האבן נישט געקענט אדער נישט געװאלט ארויםגײן פון זײערע שטיבן׳ האבן די רוצחים זײ אין די שטיבן קאלטבלוטיק דערשאסן. מיר׳ די 72 איבערגעבליבענע׳ זענען געשטאנען בײ דעם פלויט באװאכט׳ קיינער זאל צו אונדז נישט צוקומען. שמעון גרינבוימס 2 קינדער׳ משה׳ל עלע׳ס אײניקלעו הי״ד מיר זענען אזוי געשטאנען ביז דער פלאץ איז געװארן לײדיק. א שוידער און גרויל איז דורכגעגאנגען דורך אונדזערע קערפערם׳ װען מיר האבן זיך אומגעקוקט און געזעז׳ װאס עס איז געבליבן פון אונדזער שטאט ײדן. א בארג מיט מלבושים װאם די ײדן האבן פון זיך ארונטערגעװארפן׳ א הויפן מיט קלײניקע דערשאסענע קינדערלעך׳ װעלכע די רוצחים האבן ארויםגעריסן פון די מוטערם ארעמם. זײ האבן אונדז׳ די 72 איבערגעבליבענע׳ אין רײען געפירט צוריק אין שטאט ארײן. פון בײדע זײטן אויף דעם שידלעװער װעג האבן מיר שוין געזען אויםגעשפרײט פיל דערשאסענע. דאם זענען געװען די ערשטע קרבנות פון דעם טראנספארט.

passage_bbc65fd05b0acc0922aaa3f7
Passage 2normalized OCR · source chars 1178-1955

װען מיר זענען געקומען אין מארק אריץ׳ האבן די דײטשן סאדיםטיש פארארדנט׳ מיר זאלן זינגען דאס ײדן־ליד. מען קען זיך פארשטעלן אונדזער געזאנג. פון מארק האבן זײ אונדז געפירט אין דער געװעזענער ײדישער קהילה׳ װו זײ האבן אונדז פארשפארט אין דער פינצטער און שטארק באװאכט. מיר זענען דארט געלעגן א גאנצע גאכט פארצװײפלטע׳ און אלע האבן אויף אײן קול געוױינט. אין דער שטאט האט די שיםערײ א גאגצע נאכט נישט אויפגעהערט. אויף צו מארגנם האבן אלע מענער םון די געבליבענע 72׳ צוזאמענגענומען די טויטע׳ זײ קובר־געװען אין מאסן־קברים. פיל פון די טויטע איז געװען מעגלעך צו דערקענען. מיר האבן אויך געמאכט א ליםטע מיט די נעמען. גראבנדיק די קברים האבן מיר נישט אויפגעהערט צו טראכטן׳ צי מיר װעלן כאטש זוכה זײן צו קבר ישראל. פיל פון די׳ װאם האבן מיט אונדז צוזאמען געגראבן די קברים ליגן הײנט אין אומבאקאנטע ערטער.

passage_42c6640bfcc3f16c8332c0e6