Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 386
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1013

771 פנקם כמיעלניק 772 בלימקען איז ער געשטאנען אין געטא־אויפשטאנד אויף א פאזיציע אין גרעםטן קאמף. ביי דער ענדע פון אויפשטאנד האט ער באקומען א באפעל זיך דורכצורייםן די קאגאלן צר דער ארישער זײט און צו ברענגען געװער, אבער מער האט ער גישט געקענט צוריק. בלימקע האט אנגעשריבן א בריװ צו מיר, אבער ער האט אים נישט געקעגט נעמען. מיר האבן זיך געזעגנט און מער האב איך אים נישט געזען. פון דאן אן האב איך זיך ארומגעדרײט אן אײנזאמע. איך האב זיך נאר אינטערעסירט מיטן פראנט. איך האב געלײענט די פרעסע. כײגע באלעבאטים האבן געפלעגט זאגן5 ״אונדזער םטאשיא איז אן אינטעליגענט מײדל״. די דײטשן האבן אנגעהויבן גײן צוריק פון רוסישן פראנט. יעדן טאג האט מיר דער מילך־פארקויפער געברענגט פרישע ידיעות. ער האט מיר דערצײלט״ אז אין די װעלדער געפינען זיך ײדן און זײ קומען בײנאכט אין דארף כדי זיך צו באזארגן מיט עםן. איך בין אלץ געװעזן אלײן. עם האט זיך מיר געדאכט׳ אז איך בין אײן ײדישקע געבליבן פון אלע. איך האב זיך אבער געטרײסט דערמיט, װאם איך האב חברים אין ארץ־ ישראל און משפחה אין אמעריקע און ארגענטינע אין איר װעל נאכן קריג נישט בלײבן אלײן.

passage_9a479102c4c17692176f6e2d
Passage 2normalized OCR · source chars 1015-1542

אזוי בין איך געװעזן אײגזאם ביז פעברואר 1944. אין א געװיסן זוגטיק, גײעגדיק אין קלויםטער׳ האב איך געטראפן א כמיעלניקער מײדל׳ באשע ראדזינסקא• מיר האבן זיך צעקושט׳ װאם דאס איז געװעזן זײער ריזיקאליש. די פרײד איז געװעזן זײער גרוים. פון דאן אן פלעגן מיר זיך שטעטס טרעפן. זי האט אויך געארבעט אויף אזא פאסטן װי איך, גישט װײט פון מיר. זי האט געהײסן מאטילדא. װען זי האט געהאט געבורטם־טאג בין איך געקומען צו איר איז ײעז איך האב געהאט דעם 8־טן מאי׳ סטאניסלאװא, פלעגט זי קומען צו מיר. ״װיעלקאנאץ״ זעגען מיר בײדע געגאנגײז ״שװיענטשען״ די אײער.

passage_14fdc651510b7083e5578a76
Passage 3normalized OCR · source chars 1544-2354

אזוי זענען מיר בײרע געװעזן צוזאמען ביזן 1־טן אויגוסט 1944. די רוסן זענען שוין געװעזן אין פראגע אױף דער צװײטער זײט װײסל. די דײטשן האבן שוין עװאקואירט װארשע. באשע ראדזינסקא האט געארבעט בײ א דײטשקע, װעמענס מאן איז געװעזן א פאליאק. זײ האבן זיך עװאקואירט און באשע איז געבליבן אלײן אין דער װוינונג. מײנע באלעבאטים האבן געזאגט, .אז מײן חברטע דארף נישט זײן אלײן אין א דײטשער װויגונג װען די רוסן װעלן ארײנקומען. ׳,י קאן קומען צו אונדז. זי האט אריבערגעפירט צו מיר אלע זאכן און גאך מיטאג האט זי געזאלט צו מיר קומען. דאם איז געװעזן דעם 1־טן אויגוםט 1944. עס איז אױסגעבראכן אין װארשע דער אויפשטאנד אוגטער דער אנםירערשאפט פון גענעראל בור־קאמאראװםקי. באשע האט גישט געקענט מער קומען צו מיר. בײטאג און בײנאכט האט מען געשאםן. ײ דײטשן צוזאמען מיט אוקראאיגער האבן געשאסן יעדן אײנעפ״ װאס האט נאר ארויסגעשטעקט דעם קאפ. אין צענטן טאג

passage_6a4fd888ce44ce577ed354af
Passage 4normalized OCR · source chars 2356-3475

פון אויפשטאנד זענען די אוקראאינער ארײנגעקומען צו אונדז אין הויז׳ אלע אײנװױנער ארויםגעטריבן און אלץ פארברענט. אזוי האבן זײ געטאן כמעט אין גאגץ װארשע־ מען האט אונדז געפירט אויף דעם ״זיעלעניאק״ אויף גרויעצקא־גאם. דאס איז געװעזן א גרויסער פלאץ. װען מיר זענען דארט אנגעקומען׳ זענען שוין געװעזן טויזגטער מענטשן. די אוקראאינער האבן דארט געשלאגן, געהרגעט׳ פונקט וױ אין כמיעלניק בעת דער אויםזידלונג. מיך און מײן באלע־ באסטע האט מען געפירט קײן דײטשלאנד. די אלטע מוטער אירע האט מען געלאזט אין פוילן און די טאכטער ד׳אט אנטײלגענומען אין אױפשטאנה מיר זענען אנגעקומען אין א לאגער אין ברעםלוי׳ שפעטער װדאצלאװ. מײן ״גענעראלאװע״ איז דארט געװארן א דאלמעטשערין, װײל זי האט געקעגט גוט דײטש און זי האט מיך אויך באזארגט מיט א גוטער ארבעט אין רעסטאראן. דארט האב איך געארבעט ביז דעצעמבער 1944. װען דער פראנט האט זיך דערנײנטערט, האט מען אונדז געשיקט גראבן אקאפעם אויף דער אמאליקער פויליש־דײטשער גרענעץ. איך בין דארט געװעזן מיט מענטשן פון פארשידענע םעלקעד״ אבער נישט מיט קײן ײדן. נישט װײט פון אונדז איז געװעזן א לאגער פון ײדישע פרויען. פלעגן מײנע חברטעס׳ די פאלקעם פון זײ לאכן און שפאטן פון די ״זשידאװיצעס״. איך האב זיך געמוזט באהערשן און שװײגן.

passage_77a9567a8a4a89e4c486d1ae
Passage 5normalized OCR · source chars 3477-4597

אין לאגער האב איך זיך באקענט מיט א דײטשער משפחד״ קעגנער פון היטלער־רעזשים. איך האב דארט געהערט אומלעגאל ראדיא. יאנואר 1945. די רוסן דערנענטערן זיך. מען מעלדעט אונדז זיך צו עװאקואירן. איך בין שטארק אויפגערעגט. איך ארגאניזיר א גרופע נישט צו גײן וױיטער. מיר זעען שױן װי דײטשן אנטלויפן. עם איז װינטער׳ קאלט און גליטשיק. זײ פאלן אויף די װעגן. די פרײד איז גרוים׳ איך האב זיך אבער נישט מיט װעמען צו טײלן מיט דער גרויסער פרײד צוליב דער דײטשער מפלה. איך מיט מײן ארגאניזירטער גרופע .אנטלויפן אין א דארף׳ פארנעמען א װוינונג פון אן אנטלאפענער דײטשער משפחה. די דײטשן זענען אװעק׳ אבער די רוסן זענען נאך נישט געקומען. מיר האבן איבער־ גענומען די גאנצע פארם און די איבערגעבליבענע דײטשן האבן מיר גענומען צו דער ארבעט• אונדזער גרופע האט אנגעהויבן כאפן דײטשע םאלדאטן אין די װעלדער און אין פארשידענע באהעלטענישן. מיר האבן געכאפט 25 דײטשע םאלדאטן מיט געװער. זײ ד״אבן זיך אונדז אונטערגעגעבן׳ אװעקגעגעבן דאס געװער און פחדניש זיך געבעטן : ״באפרײט אונדז.׳״. עס האט זיך דערנענטערט א רוםישער פאטראל און מיר האבן די 25 דײטשן איבערגעגעבן אין די הענט פון די רוסן. עם איז געװען דער 20־טער יאנואר 1945, װען איך בין באפרײט געװארן פון די נאצישע רוצחים.

passage_aa42141e7df3884a5b4680f8