777 מרים מיאדאװניק־רײך — אויף דער ארישער זײט 778 פאל מיט די ברידער טורקעלטאוב. א גרופע גױים זענען זײ באפאלן אין די סקאלעס הינטער כמיעלניק׳ אויםגעטאן ביז צום העמד׳ אלץ בײ זײ צוגענומען און צום סוף זײ געהרגעט. דאם האבן זײ מײסטנס געטאן בײנאכט, װען זײ האבן געטראפן א ײד. מײן װאנדערן פון דארף צו דארף איז געװען נאר בײנאכט׳ אבער נאכן איבערפאלן די ברידער טורקעלטאוב האט מיך ארומגענומען א מוראדיקע שרעק. מיט אמאל פאלט מיר אײן א געדאנק׳ איך זאל נאך פרװון גײן אין א שכנותדיקן דארף צו א פויער׳ װעלכער איז גוט געװען באפרײנדעט מיט אונדז, אפשר װעט ער זיך אויף מיר מרחם ױין און דאד לאזן איבערנעכטיקן א נאכט־צװײ.
קודם פלעג איך שטענדיק צו צום פענצטער, אויםזוכן א שפארע און ארײנקוקן׳ צי עם זענען נישט פאראן קײן פרעמדע מענטשן אין שטוב. די ערשטע װאם ״באגריםן״ מיך זענען תמיד די הינט. זײ באפאלן מיך מיט א װילד בילן. באלד קומט ארוים דער בעל־הבית׳ װעלכער נעמט מיך אויף גאנץ קאלט און זאגט צו מיר־ איך װאלט דיר גערן געהאלטן׳ אבער איך האב מורא פאר מײנע קלײנע קינדער •, זײ װעלן מארגן אויספלאפלען׳ אז בײ אונדז איז געשלאפן א ײדישקע׳ דו װײסט דאך — זאגט ער — אז פאר אויםבאהאלטן ײדן דראט טויט. איך הויב אן צו בעטן׳ ער זאל מיר דאך העלפן׳ אפשר האט ער א באקאנטן, א קרוב׳ ער זאל מיך ארײננעמען אויף א געװיסער צײט׳ פאר א גוטן באלוין. ער גיט זיך א װײלע א פארטראכט׳ און זאגט׳ איך זאל קומען מארגן בײנאכט׳ ער האט א שװאגער׳ װעלכער װויגט אין א זײטיק דארף׳ דארט איז נאך קײן דײטש נישט געװען. ער װעט פרװון װירקן אויף זײן שװאגער, ער זאל מיך ארײנלאזן אויף א געװיסער צײט.
צומארגנס אין אװנט בין איך װידער געקומען צו אים, געװויער װערן׳ װאס זײן שװאגער האט אים געענטפערט. דא האט מיר שוין דערװארט אן איבערראשונג. זײן שװאגער׳ א פויער אין די מיטל־יארן האט שױן געװארט מיט זײן פויערטע׳ מיך אהײמצונעמען צו זיך. ער האט טאקע באלד אײנגעשפאנט די פערד׳ זיץ וױיב האט מיר טאקע צוגעגרײט א װארעמען קאץ. דער אװנט איז געװען שײן׳ אבער פראסטיק. אויפן װעג האב איך זײ צוגעזאגט׳ אז איך װעל זײ ברענגען פיל זאכן׳ װעלכע מיר האבן אויםבאהאלטן בײ באקאנטע פויערים. מיר זענען אזוי געפארן צוױי שעה ביז מיר זענען בשלום אנגעקומען אין דארף גאזשעכעװ. מײן באלעבאסטע האט מיך שנעל ארײנגעפירט אין שטוב, און פון שטוב אויפן בוידעם. דארט האט מיר דער פויער צוגעגרײט שטרוי צום אויסבעטן און אויך צום צודעקן זיך. דאם ערשטע מאל נאך מײן פארלאזן מײן מוטערס שטוב׳ האב איך רואיק אײנגע־ אטעמט די פרישע דארפישע לופט. עס איז מיר דארט׳ אין דעם שטרױ־געלעגער׳ אזוי גוט געװען, אז איך האב געבעטן די נאכט זאל זיך קײנמאל נישט ענדיקן• װי עם האט נאר אנגעהויבן צו טאגן, האט מיך מײן באלעבאםטע געװעקט און בײ מיר אװעקגעשטעלט .א טעלער קארטאפל מיט זויערן בארשטש. איך האב ממש אויסגעלעקט דעם טעלער׳ און אזוי האט מיר מײן באלעבאסטע צוױי דריי מאל אין טאג געברענגט עםן.
אויפן צװײטן טאג איז צו מיר ארויף מײן באלעבאם און מיט מיר זײער דעליקאט אנגעהויבן רעדן׳ איך זאל זיך צוגרײטן צו גיץ אין די דערפער, צונויפקלויבן די צוגעזאגטע זאכן. מײן באלעבאםטע איז מיט מיר יעדע נאכט מיט־ געגאנגען. מיר האבן אזוי קנאפע צװײ װאכן געװאנדערט. איך האב זײ מײן בעטגעװאנט מיט נאך אנדערע װערטפולע זאכן צונויפגעשלעפט. נאך צװײ װאכן׳ װען מײן באלעבאם איז שוין געװען אנגעשטאפט׳ זאגט ער צו מיר׳ איך זאל מיך נישט דענערװירן׳ ער קען מיך נישט לענגער האלטן׳ וױיל עם זענען שוין דא אויפן דארף מעלדונגען אז פאר האלטן ײדן דראט טויט. ״זוך דיר אן אויםװעג׳ דו מוזט מײן הויז פארלאזן !״
איך בעט בײ אים נאך א פאר טעג ביז איך װעל מיך פארשטענדיקן מיט מײן פרײנדין מיטשא. שיראגעס טאכטער. איך נעם גלײך און שרײב צו איר א ברױו קײן װארשע. מײן באלעבאס שיקט דעם ברױו מיט שנעל־פאסט. נאך עטלעכע טעג קומט זי צו מיר. זי איז גרײט צו העלפן. מײן אינטו־ איציע האט מיך׳ הײםט עס, נישט פארפירט. זי פרעגט מיך נישט צי איך האב פיל געלט אדער זאכן. זי זאגט צו מיר. אז װען איך װעל איבערלעבן די קריג׳ װעל איך איר רעװאנ־ זשירן. זי דערצײלט, ,אז זי האט מיר געדונגען א װוינונג בײ אן אלטער פרוי, איך זאל זײן איר םובלאקאטארין. בעטגעװאנט און אלע אנדערע זאכן פון ערשטן געברויך׳ מוז איך מיר שאפן. מײנע זאכן האב איך מיר געהאט צוגעגרײט אין עטלעכע װאליזעס, נאך זײענדיק אין דער הײם. איך האב זײ צעשיקט צו פארשידענע באקאנטע פויערים. די אלע פויערים האב איך גוט באלוינט און אפגערעדט מיט זײ׳ זײ זאלן מיר נישט מאכן קײן שװעריקײטן װען איך װעל די זאכן דארפן.
איך געזעגן זיך מיט מײנע באלעבאטים און בײנאכט לאזן מיר זיך אויפן װעג קײן זריצע. נאך עטלעכע געכט װאנדערן האב איך מײן באגאזש צוזאמענגעשטעלט׳ מײן פרײנדין האט דאם אלץ צו זיך גענומען און אװעקגעשיקט מיט דער פאםט קײן װארשע. און אט איז שוין אלץ צוגעגרײט. דער לעצטער אװנט פאר מיץ פארלאזן אויף אײביק מײן שטעטל כמיעלניק. מיר רעדן אפ, אז מארגן׳ מיטװאך׳ מיטאג־צײט װארט זי אויף מיר אין קיעלץ אויפן שאסײ בײם כמיעלניקער אנקום. עס איז דינםטיק אװנט. איך האב נאך פאר מיר א לאנגע נאכט. האב איך מיר אויםגעזוכט א צוזאמענגעפאלענע שטוב אויפן שידלעװער װעג׳ וװ קײנער װוינט נישט און דארט איבערגעזעסן די נאכט. א גאנצע נאכט האבן מיר פארשידענע געדאגקען געפײניקט. איך האב פלאנירט צו פארלאזן ד' שטאט הינטן ארום׳ דורכגײן די ״מריצע״ און דאן דורכן בית־ הקברות צופום קײן קיעלץ. אין לעצטן מאמענט האב איך