Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 397
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1049

793 מאטל זאנשײן — מיטן■ טויט פנים אל פנים 794 דער באקאנטער צורר, גענעראל קריגער׳ האט מכריז ומודיע געװען אז די רעשטלעך ײדן פון גאנצן צויזמער־ דיסטריקט קענען דרײסט אן פחד זיך צוזאמענקלויבן אין ,׳ױדנשטאט״. דארט פארזיכערט ער אלעמען לעבן און ברויט. מיר האבן גוט געװוסט און פארשטאנען׳ װאם עס באדײטן אט די היטלעריסטישע צוזאגענישן. די כװנות זענען געװען קלאר : צונויפזאמלען די ײדן — רעשטלעך פון דער גאנצער געגנט — און דארט זײ פארניכטן. אבער װו טוט מען זיך אהין? האבן דען געשלאגענע און צום טויט־פארמשפטע אומגליקלעכע באשעפענישן געהאט אנדערשװו צו גײןז זענען מיר׳ צעפרעםענע פון יאוש און רעזיגנאציע געגאנגען אין ״ױדנשטאט״. אין צויזמער האט מען איבער 6 טויזנט ײדן ארײנגעװארפן אין א ענג געסל׳ ״אוליצא זשידאװסקא׳/ וװ אומגעװײנלעכע מענטשלעכע צרות און גיהנום־לײדן אויף דער ערד׳ האבן דערגרײכט דעם זעניט. דארט האב איך געטראפן מײן אומ־ גליקלעכן ברודער אברהמ׳ל הי״ד — נאכדעם׳ װי זײן פרוי און 2 קינדערלעך זענען געהאט אומגעקומען אין אםטראװצע. אין 20 הײזקעס זענען צונויפגעדריקט געװארן זעקס טויזנט מאטל און לאה זאנשײן מיט זײער אומגעקומען ײנגעלע ױיחמיאל׳ הי״ד אין יאר 1935.

passage_b267005eabc3a81966bc26c4
Passage 2normalized OCR · source chars 1051-2238

ײדן. הונגער׳ קעלט׳ אויך אויםגעמאטערטע פון זײערע ״ארישע״ באהעלטענישן׳ זענען געקומען דעם לײב אין פיסק ארײן׳ כדי נאך א פאר טעג אויך פון צויזמערער געטא פאר־ טריבן צו װערן. פלוצים האט זיך פארשפרײט די ידיעה׳ אז דער אםטראװ־ צער רבי איז געקומען. זעט דעם װונדער׳ די אויםגעלאשענע אויגן װי זײ װאלטן ליכטיק געװארן׳ די פארשטײנערטע פנימער׳ װי זיי װאלטן לעבנס־םימנים ארויסגעװיזן. א קאכעניש׳ א התעוררות׳ װאם האט איר אנטשפאנונג אין טײכן טרערן געפונען. די הערצער זענען בדרך נם צעעפנט געװארן פאר תפילה און געבעט. אויף א פערד און װעגעלע איז געזעםן דער רבי. זײן געשטאלט פול מיט ליכט װי נישט פון דער װעלט. די אויגן ברענען׳ אין פנים — א טראפן בלוט נישטא. געקומען איז ער צו זײן חרובער עדה נעמען אפשײד דאס לעצטע מאל• טויזנטער קנאכיקע הענט שטרעקן זיך ארוים צו נעמען שלום פון רבי׳ן׳ װי זײ װאלטן אויפגעהויבן געװארן מיט א שארפן פראטעםט כלפי מעלה. דער רבי שװײגט. פארשטאפט זענען געװאדן די קװאלן פון רחמים. װאם פארא טרײםט קען ער זײ געבן׳ די אומגליקלעכעז מיט פארװונדערונג האט זיך צו דעם צוגעקוקט דער ״שר״ פון טויט און לעבן — דער לײטער פון ױדן־געטא לעשער. ער איז געװוינט געװען צו זען ײדן דערדריקטע ביז צו דער ערד אן װעלכן עם איז כח און װילן — און דא זעט ער זײ צעשטורעמטע׳ צעװארעמטע׳ א גײםטיקער פירער איז געקו־ מען...

passage_1153c15930e9c7d5e385a3c9
Passage 3normalized OCR · source chars 2240-3374

צומארגנס פארטאג׳ װען דער רבי איז געװען אין אן אריבערגעװארפענעם טלית׳ פארטיפט אין תפילות׳ זענען דרײ ס.ס.־לײט ארײנגעדרוגגען אין בית המדרש און אויפגעפאדערט אים מיטצוגײן. דער רבי האט נישט געענטפערט׳ געשטאנען פארמוח׳ט אין שטילקײט׳ נישט א ריר זיך צו געבן׳ דערנאד ארויפגערוקט די טלית־עטרה און געבליבן שטײן עקשנות׳דיק קעגנאיבער די אויסגעשטרעקטע רעװאלװערן און נישט געװאלט אראפנעמען דעם טלית און תפילין. — א װײלע שפעטער איז מײן ברודער אברהמ׳ל געקומען מיט א יאמער־ לעך גערײין * דער אסטראװצער רבי איז נישטא... דער רבי אײנגעהילט אין טלית ותפילין איז בײם בית־המדרש־װאנט געפאלן. איבער זעקס טויזנט ײדן זענען דעם סז־טן יאנואר 1943 מיט אכזרױת ארויםגעטריבן געװארן אויפן צויזמערער מארק. צענטליקער קראנקע אין װײסע שפיטאל־מלבושים זענען לעיני־כל דערשאסן געװארן. מײן זון ירחמיאל הי״ד׳ האב איך פאר א הויכן פרײז באהאלטן צוזאמען מיט 80 אפטער קינדער. ארומגערינגלט פון א קלײנע צאל היטלער־חױת — אוקרא־ אינער׳ — איז די עדה לעבעדיקע מתים .אװעק 3 קילאמעטער צו דער באן קײן טרעבלינקע. גײענדיק האבן זײ דעם װעג באלײגט מיט זײערע לעצטע מטלטלין׳ געװארפן גאלד׳ צירונג׳ דאלארן׳ פארשידענע טײערע סחורות — װעש און מלבושים. אין זײער לעצטן װעג האבן זײ שוין דאס נישט נויטיק געהאט.

passage_59d080b1c36cdeb30074cb96
Passage 4normalized OCR · source chars 3376-4058

איך דערמאן זיך יחידים אין דעם טױטן־מארש. משה׳קע פײנגאלד׳ ישעיה שמואל מרגלית׳ שלמה זילבערבערג׳ װאלף צוקער פון שידלעװ׳ משה׳לע בלומענפעלד פון םטאשעװ. כשרע צניעותדיקע ײדן׳ װאם האבן געבויט זײער לעבן אויף יסודות פון אמונה און אומגעקומען על קידוש השם... ישעיה שמואל מרגלית און משה בלומענפעלד זענען אויפן װעג געפאלן פון אוקראאינישע קוילן. דערבײ האבן זײערע ליפן אין תפילות־װידױ זיך באװויגן און אפגעגעבן זײערע טײערע נשמות בקדושה ובטהרה. דאם ערשטע מאל אין דער נאצישער אקופאציע האב איך פון א אוקראאינער באקומען א שטארקן קלאפ איבערן פנים מיט אן אויםגעשרײ : ״פארפלוכטער אינטעליגענטער ױדע !״ א דײטש מיט אן אראפגעלאזטן קאפ פון בושה׳ אײנער פון די ״חסידי אומות העולם״ — האט מיך געפרעגט׳ פארװאס יענער

passage_8a8dfa91ade0a1d7d3857eed