801 מאטל זאנשײן — מיטן טױט פנים אל פנים 802 נישע רוצחים׳ יעדער מיט פולע טאשן גאלד און אײדלשטײנער אנגערויבט בײ פארשניטענע ײדישע לעבנס. הולאנקעס און שיכרות־טומלערײען האבן מאנאטן־לאנג פארהילכט די אומ־ געגנט. מיר האבן געזען אונזער פאלקם־חורבן אין די מורא־ דיקסטע טײװלאנישע פארמען, און אין די נשמות — חושך׳ יאוש איון רעזיגנאציע. דער הויז־פאסטוך םטאשעק האט כסדר בײ אונדז געפרעסט געלט ברענגענדיק פארשידענע ״ידיעות׳/ אבער נישט אײנ־ מאל האב איך געלענקט אונזער רעטונגם־סטראטעגיע לויט די צופעליקע האלב נישט־דערזאגטע װערטער פון סטאשעקן. זײגס א האנט־באװעגונג איבערן האלז, װי א שחיטה־צײכן, האט אונדז אנגעזאגט אז די פארשאלטענע אוקראאינערין זוכט װעגן װי אזוי אונדז אומצוברענגען.
אמאל, אין מיטן דער גאכט דערהערן מיר שטאחקע גע־ שרײען פון אונזער גוי, װי ער באקומט מכות־רצח געשלאגן פון די א.ק. (״ארמיא קראיאװא״ — אונטערערדישע פארטי־ זאנער באנדעס). זײ האבן פון אים געפאדערט דאס געװער װאם ער האט באקומען פון די דײטשן אלס װאלד־־װעכטער. צומארגנס פארטאגס האט ער אונדז געשאלטן און געזידלט — הלמאי מיר זענען נישט אראפגעגאנגען אים העלפן... אין רעזולטאט האבן מיר שוין אויך די קארטאפל מיט זויערע מילך נישט באקומען. מיט א פאר טעג שפעטער האט אונדז די גויע געברענגט א ידיעד״ אז די זעלבע א. ק. מארדן ײדן וװ זײ טרעפן זײ נאר, און אז מיר האבן גוט געטאן, װאס מיר זענען נישט געלאפן ראטעװען... װײל אלע װאלטן מיר זיכער מיטן לעבן באצאלט... א לאנגע צײט אבער האט דער פאן זאלעװםקי מיט מיר נישט געקענט זײן ברוגז, װײל כ׳האב אים געפירט דאס װאלד־ וועכטעריי מיט גרויס דערפאלג. די חודש־ראפארטן זײנע האבן אים געשאפן אנזען בײ דער העכערער מאכט און ער האט דערביי פארדינט אויף גאנץ היפשע לחײמם מיט װאס ער האט כםדר פארגאםן דעם נאגענדיקן װארם... אויגוסט 1943 אין א מיטן־טאג הער איך װי די גויע רופט מיך־ ״פאניע זעט, פאניע זעטן קום אראפ װעסטו עפעם זען ן״ און עס דערגײט צו מײגע אויערן א העפטיקע שיםערײ,
א דעטאנאציע פון אויפרײםנדיקע גראנאטן און נאענטע אפקלאנגען פון מענטשלעכע הורא־געשרײען. דערנענטערט זיך אונזער סוף ? ! ניין, א טעות, דאס האבן די ״איבערגע־ לאזטע געזונטע ארבעטם־ײדך — װעמענס אויפגאבע איי געװען ״ארײנצושמײםף די פארגאזטע און פארקוילטע צענער טויזנטער ברידער און שװעסטער אין מאסן־קברים — רע־ װאלטירט, אױפגעריםן דעם אמוניציע־מאגאזין, אונטערגע־ צונדן די לאגערן, דערהרגעט די אוקראינישע װאך־ דאס האבן א גרופע צום טויט־פארמשפטע נפשות אין דער ״אלץ־ איינס״־לאגע זייערער געמאכט דעם לעצטן פרווו• איך כאפ א בליק דורך די ״פענסטערלעך - צו דער װעלט״ (מיט מעםערלעך אויםגעברייטערטע שפאלטן אין די ״אלץ ווענט פון באהעלטעגיש) אויף די טרעבלינקע־פעלדער ({1 קילא מעטער פון אונדז) און זע, ווי א הייפל מענטשן־שאטנם שטעלן א שטארקן װידערשטאנד די צעױשעטע אוקראינישע באנדעס און װערן אנטרינען אין די שכנותדיקע װעלדער. די פאר־ שאלטענע װעגן צום אנטלויפן זענען אבער געװען אן אן אוים־ גאנג. אויף יעדן טריט און שריט האבן געלויערט די בלוט־ דורשטיקע הענקערס.
צומארגנס האט א מחנה פון 2000 אוקראינער ״אויםגע־ קעמט״ די גאגצע םביבה און געמאכט א מערדערישן ״ױדן־ יאגד״, אדורכגעטרײסלט יעדע הײזקע, יעדעס װינקל און כמעט אלע ״אויפשטענדלער״ אויםגעמארדעט. זײ האבן זיך אויך ארײנגעריםן אויף דעם הויף פון אוגזער באהעלטעניש. אונזער גויע האט זיך אבער קײנמאל נישט פארלארן. זי איז זײ אקעגנגעגאנגען מיט א בינטל ײדן־קללות, מיט א ליטער ״בימבער״ און צובײסעכץ און װײטער... ברוך ד׳ ױם ױם... מיט טיפן גלויבן אין הארצן, אז מיר װעלן זיך בײ זײ דאס לעבן ראטעװען, האט זי אונדז באגעגענט מיט א שמײכל, ״פאן בוג װאס םטזשעזשע״, גאט היט אײך... נאך יעדער אזא מין רעטונג — און געװען זענען א םך פאלן פון שטײן פנים אל פנים מיטן טויט — איז מײן פרויס הארץ אנטגאנגען און פארשװאכט געװארן. אין מיטן װײסן־ טאג האט מען זי שנעל ארויסגעטראגן פון דער געדיכט־ שטינקענדיקער לופט פון די שטאלן. װאלעריאן־טראפגם, 5 מינוט פרישע־לופט און — זי צוריק דערכאפט צום װײטער־ דיקן טראגיש־ביטערן ״דא־זײן״.
מערקװעףדיקע׳ לגמרי אומדערװארטעטע טרויעריקע פאר־ לויפענישן האבן מיר מיטגעמאכט מצד אונזערע מיטזיצערם אין באהעלטעניש : כ׳בין מיט אלע מײגע חושים געװען װאך און אן אויפהער אבסערװירט װאם ארום אונז טוט זיך. אײנ־ מאל האב איך פלוצלינג באמערקט בײם גוי א געװאלדיקע דענערװירונג און פארביטערונג, ער האט מיר אין פנים נישט געקענט קוקן, נישט געװאלט רעדן מיט מיר. מײנע ביחי־ צערס... זענען מיר עפעם געװען טויט־בלאס... כ׳האב אינטו־ איטױו געפילט א צוזאמענהאנג פון דעם גוי׳ס שװײגעניש און זײער אומרואיקײט.
אין אײנעם א פארנאכט, װען כ׳האב געהערט מליטשען קארן, בין איך אראפ אין שײער און געפרעגט : ״װאם איז מיט דיר זאלעװםקיז זײט א פאר טעג דערקען איך דיך נישט, אנטלויפםט פון מיר װי דו װאלסט געהאט א שװער געװיםן. אפשר האט דיך די אוקראינערין איבערצײגט, אז מען דארף מיט אונז פארענדיקן ?״ — ער ענטפערט נישט. איך טענה מיט אים ווייטער איין : ״אבער אוגזער פארניכטונג װעט דיר מאכן אומפארויםגעזעעגע צרות, װעםטו אונז איבערגעבן אין די הענט פון געסטאפא, װעלן מיר מיט טומל און רעש גײן צום טויט — און אז די רוסן וועלן קומען, וועלן זיי אונזער נקמה נוקם זיין״. דאם איז געווען אזא מין גאקעטע ״װאבאנק״ דרײםקײט פון מיין זייט — ער ברעכט אויס מיט אי פארשטיק־ טן געשריי : ״זשידזשי פארכי ! איר זענט א שמוציק פאלק׳ זא־װי־זא װעט איר נישט בלײבן לעבן, װען איר װעט זיך אפילו איצט ראטעװען שטײט נאך פאר א נײער קריג פון