Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 406
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-959

811 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 812 פון עטלעכע צענטליק. א גרעםערע צאל באהאלטענע אץ אנטלאפענע פון דער צװײטער אקציע זענען, צוליב דער האפ־ נונגםלאזער לאגע, ״גוטװיליק״ געגאנגען אין די ארבעטם־ לאגערם, איבערהויפט אין ״האםאג״ — אמוניציע־פאבריק אין קיעלץ. אין דער שטאט האט געהערשט א טויטע שטילקײט. די טויזנטער פויערים פון דער סביבד״ װעלבע פלעגן פריער קומען אין שטאט װי אויך די שטאטישע זענען געװען פאר־ נומען מיטן סארטירן און באהאלטן דאס אנגעראבירטע האב און גוטם פון במיעלניקער ײדן. שרעקלעך איז געװען אונדזער לאגע. איך האב זיך ארומגעװאלגערט אויף דעם בית הקברות, צװישן די רואינעם און חורבות פון אונדזערן ײדישן כמיעלניק. מיר װארטן מען זאל נאך אונדז קומען... איך באשטײ נישט צו יװארטן נאר זעלבםט אויספירן דעם פסק־דין איבער זיך. מיץ פרוי האט צוגעשטימט, אבער װי אזוי מאכט מען דאם איבער אן אומשולדיק אײגן 4־יעריק קינד ? דאם איז איבער מײנע כוחות. אין דעם מאמענט פון גענצלעכער אײנברעכונג און האפע־ נונגםלאזיקײט קומט מײן רעטער אין דער פערזאן פון א פוילישער פרוי — בראניםלאװא ק.

passage_d7329abd0607374fee1cec38
Passage 2normalized OCR · source chars 961-2134

די פרוי ק. און איר מאן װלאדיסלאװ זענען פיל יארן געװען מאגיםטראט־דינער, געשטאמט פון זײער ארעמע פויערים פון דעם נאענטן דארף פשעדבאזשע. זײ זענען — װי איך האב זײ געקענט — נישט געװעזן קײן אנטיסעמיטן. װלאדיםלאװ האט פיל יארן געארבעט אלם סטאלער בײ ײדן און געלעבט מיט ײדן. געװען אפילו א קאמוניסט• אויך בעתן קריג האט ער געארבעט אין מאגיסטראט, ביז אײנמאל איז אן עס־עם־מאן געקומען אין בױרא פון מאגי־ סטראט. װלאדיםלאװ האט אים נישט דערזען און איז געשטא־ נען מיט די פלײצעס צו אים. דער עס־עם־מאן האט אים געגעבן עטלעכע קלעפ מיט א שטעקן איבער די פלײצעם און אין רעזולטאט דערפון האט ער עטלעכע מאנאטן געקרענקט און דערנאך געשטארבן. די ױנגע 28־יעריקע אלמנה מיט אירע צװײ קינדער, די 12־יעריקע קרישע און דער 10־ יעריקער יעזשיק, האבן געלעבט אין זײער שװערע באדינ־ גוגגען. אין אײנעם א פארנאכט אין נאװעמבער, שטײ איך בײם טויער פון געטא, משה פאםטערגאקם הויז, און דערזע די פרוי. אויך זי האט מיך דערזען, און שטײן געבליבן. נאך א קורצער יוױילע האט זי זיך אנגענומען מיט מוט און איז צוגע־ קומען צו מיר. דאס געשפרעך צװישן אונדז איז געװען גורל־ דיק פאר מײן פאמיליעם צוקונפט : — װאס טוםטו נאך דא ? פרעגט זי מיך. — איך האב נישט פאר מיר קײן צוױיט, בעסער ארט. — װײםטו דען נישט דאם אײערע מינוטן דא זענען געצײל־ טע?

passage_bf1a85301d33c129b1b767cc
Passage 3normalized OCR · source chars 2136-3227

— איך וױים און װארט שוין אויף דער מינוט. — װו איז דײן פרוי און קינד ? — אויך דא. — װו זענען אלע דײנע פרײנט ? — זײ דערקענען מיך נישט. עס איז מיר אפילו אין געדאנק נישט אײנגעפאלן צו װענדן זיך צו איר נאך הילף. אבער פלוצלונג — צו מײן שטארקםטער איבערראשונג דערקלערט זי מיר גאנץ אנטשלאםן : — קום, איך װעל דיך רעטן. די זעלבע נאכט, אין חצות, פארלאז איך מײן בוידעם, גנבע זיך דורך די פוילישע גאסן און קום אין דער װוינונג פון דער פרוי ק. איך קוק זיך ארום : א קיך און א קלײן צימערל. די צװײ בעטן און די שאנק פארפולן דאם גאנצע צימער. די פרוי ק. — א קלוגע פויערטע מיט א געזונטן פויערישן שכל, האט זיך אפגעגעבן א גענויעם דין־וחשבון פון דער שװערער פאראנטװארטלעכער אויפגאבע, װאם זי נעמט אויף זיך. זי האט אויך געװוםט, אז אין פאל פון אנטדעקונג דראט איר דער זעלבער גורל װי אונדז אלע. די צװײ קינדער ליגן אין בעט און שלאפן נישט. זײ הערן זיך צו צו אונדזער געשפרעך. — איך האב די זאך איבערגע־ רעדט — זאגט זי צו מיר — מיט מײנע קינדער. זײ זענען נאך ױנג אבער פארשטײען גוט אין װאם דא גײט. מיר זענען גרײט דיר און דײן משפחה צו העלפן און אײך דא בײ אונדז צו באהאלטן. װאם װעט זײן — װעט זײן. איך האב נישט װאס צו פארלירן•

passage_b00bf3a8105c627a6edf809f
Passage 4normalized OCR · source chars 3229-4271

איך בין גליקלעך — זאג איך — פון דעם װאס איך הער. איך גלויב דיר אין דײן גוטער כװנד״ אבער זאג מיר אפנ־ הערציק, װאס האט דיך באװויגן װאס דו האםט זיך דעצידירט צו געמען אויף זיך אזא שװערן עול און פאראנטיװארטלעכ־ קײטז — איך האב נישט פארגעםן די טובות װאס דו האסט פאר אונדז געטוען — זאגט זי גלײך — מײנע קינדער האבן אויך נישט פארגעסן אז אין זײערע געבורטס־טעג האםטו, נאר דו — און נישט קיץ אײנער פון אלע פוילישע באאמטע — זײ געגעבן זיסװארג. דײן פאטער האט מיט יארן צוריק גערעטעט מײן מאמע פון א זיכערן טויט אין איר שװערער קרענק. מיץ מאמע װעט מיר איצט זיכער העלפן דיך צו רעטן. און נאך א זאך : איך האב נישט װאם צו פארלירן און קען בלויז געװו־ נען. איך גלויב דאס װען עם װעט אונדז געליגגען און מיד װעלן איבערלעבן די אומגליקלעכע מלחמד״ װעסטו און דײן פאמיליע מיך און מײנע קינדער נישט פארגעםן. פארגעס גישט אויך, אז איך און מײנע קינדער האבן א האס און שנאה צו היטלערן אזוי װי איר — ער האט דאך מײן מאן און פאטער פון די ארעמע קינדער דערמארדעט• די דאזיקע װערטער אירע האבן מיך אינגאנצן בארואיקט און דערװײטערט יעדן חשש. איך האב איר און די קינדער נאך אמאל הארציק באדאנקט•

passage_ac146937f9f3031cfaebaf70
Passage 5normalized OCR · source chars 4273-4483

— הער זיך נאד איץ — ציט זי ווייטער — די זאך איז נאך נישט אינגאנצן דערלעדיקט, וױיל דאם איז נישט אפהענגיק אינגאנצן פץ מיר. עם איז נאך דא איץ שװעריקײט אין װעל־ בער עס איז אפהענגיק די גאנצע זאך. װעט דיר געלינגען צו

passage_8c853b2118ef55367bfea9d4