817 ױסף קלײנערט — אין א באד-עלסעניש אין כמיעלניק גופא 818 זי נישט געװײנט אויפן קול נאר די טרערן האבן געפלאםן פון אירע אויגן שטיל.
אין די ערשטע טעג און װאכן האבן מיר געמײנט- אז מיר װעלן אזא לעבן נישט לאנג אויסהאלטן. אבער װאם לענגער אונדזער אונטערערדיש לעבן האט געדויערט׳ אלץ ״בעסער״ איז געװארן. די אויגן האבן זיך מיט דער צײט צוגעװױנט צו דער פיגצטערניש- די לונגען — צו דער פארדומפטער פייכטער לופט. דער מאגן האט מיט יעדן חודש אלץ װײניקער געמאנט עםן- און דאם הארץ האט אלץ װײניקעד געגלוסט. יא׳ אפילו דער מוח איז מיד געװארן און האט אלץ װײניקער געקלערט. דאקעגן האט זיך אײן חוש שטארק אנטװיקלט .• דער חוש־השמיעה. די אויערן האבן אין דער פינצטערניש איבערגענומען די פונקציע פון די אויגן. מיר פלעגן דערהערן די שטילסטע גערוישן און קלאנגען, װאם זענען געקומען פון די װײטםטע װײטקײטן. אזוי האבן מיר אינעם הילך פון א טריט דערקענט צי ם׳גײט א מאן צי א פרוי׳ א ױנגער צי אן אלטער. מיר האבן אפילו דערקענט צי ס׳גײט א צױויליםט צי א זעלנער. מיר פלעגן אויפבאפן שמועסן װאס זענען אין דרויםן געפירט געװארן אין א שעפטשענדיקן טאן. דאס שעפטשען איז דאך אונדזער לשון געװען. מיר האבן זיך צו אט דעם שעפטשענדיקן טאן אזוי צוגעװוינט, אז מיר האבן נאך א לאנגער צײט נאך דער באפרײאונג אין אזא טאן גערעדט, בעיקר דאם קינד, װאם האט נאך א לאנגע צײט נישט געקענט פארטראגן דאם טאג־ליכט, און דעם רעש פון מענטשן.
צו אונדזער באלעבאסטע פלעגן אפט קומען שכנים, קרובים און םתם באקאנטע און אפט אפזיצן שעהענלאנג• ם׳איז דער־ פאר תמיד געװען געפערלעך יעדער שעפטש, יעדע ראשנדיקע באװעגונג. פרוי ק., פלעגט אפבאקן א גרויס ברויט און עם אונדז ארײנגעבן אויף א גאנצער װאך. יעדן טאג האט זי פאר אונדז געקאכט א שיטערע קארטאפל־זופ און פון אונדז געטראגן דאס נאכט־געפעס. נאך עטלעכע טעג פלעגט זיך דאם ברויט פון דער קעלער־פײכטקײט באדעקן מיט א העל־גרינעם שימל. מיר האבן דעם שימל אפגעקראצט און דאס ברויט געגעםן. צום עםן האבן מיר תמיד געהאט ״אורחים״ — מחנות שטשו־ רעם, גרויס װי די קעץ. אויך צו זײ האבן מיר זיך מיט דער צײט צוגעװוינט און ם׳האט אונדז שוין גארנישט געארט, װען זײ זענען איבער אונדז געשפרונגען און מיטגעגעסן פון אונ־ דזער ברויט. אפגעשגיטן פון דער דרויםנדיקער װעלט זענען מיר נישט געווען. ביינאכט װען אין דרויםן איז שטיל און רואיק געװען, האט יאנעק אונח צוגעבראכט אלע נײעםן. יעדעם מאל זענען מיר געװויער געװארן פון אנדערע ײדן, װאם זענען דורך פוילישע מםירות, געכאפט און דערשאסן געווא רן. מײםטנם פלעגט אוגדז יאנעק דערצײלן פון פאלן, וװ פאליאקן האבן ארויםגעטריבן אדער געמסרט ײדן, װעלכע זײ האבן אויסבאהאלטן פאר טײער געלט• אץ װי איך האב מיך שפעטער דערװוםט, איז דאם אלץ אמת געװען.
די םומע, װאס זי האט פון מיר באקומען האט פרוי ק. גיך פארהוליעט און געדארפט פריש געלט. איך האב נאך בײ מיר געהאט עפעם געלט- נאר איך האב מורא געהאט אװעק־ צוגעבן דאם לעצטע. ם׳איז געבליבן, אז מײן פרוי זאל זיך אײנשטעלן און אריבערגיץ צו א באקאנטן און באפרײנדעטן פאליאק, װאס איז מיר שולדיק געװען געלט און אים בעטן כאטש א קליינעם טייל• אין א פינצטערער נאכט איז זי. פארקליידט װי א פוילישע פויערטע, אריבערגעגאנגען צו אונדזער באקאנטן. דער פאליאק האט רואיק אויסגעהערט איר פארלאנג און זי געהײםן א װײלע װארטן ביז ער װעט פונעם צװײטן צימער ברענגען דאס געלט. ער איז אװעק און מיין פרוי האט געהערט װי ער שושקעט זיך מיט עמעצן און יענער לויפט באלד ארויס אין דרויסן. זאפארט האט איר דורכגעבליצט א געדאנק, אז דער פאליאק האט געשיקט נאך דער פאליצײ. זי איז גיך אנטלאפן און זיך באהאלטן אין א האלץ־שאפע נישט װײט. באלד האט זי טאקע געזען אנלויפן זשאנדארן, װאס זענען ארײן צו אונדזער ״באפרײגדעטף פאליאק. מער טויט װי לעבעדיק איז זי אנגעקומען ״אהײם״.
אונדזער גויע איז געװען א ״לײכטע״, אבער מיט א גוט הארץ. זי האט געשטרעבט צו געלט צוליב יאנעקן, אז זי זאל מיט אים קאנעז חתונה־האבן געזעצלעך און װערן א ״פאני״. אויך יאנעק דער הפקר־ײנג איז אין גרונט געװען א גוטער, װאם האט אפילו אין אזא צײט געקענט זיך אגנעמען די קרױודע פון ײדן און מיט אלע ראפיגירטע מיטלען אונדז באשיצן, גישט געקוקט דערויף װאם אזא זאך האט געדראט מיט טויט־שטראף. זײ האבן אין דער ערשטער צײט בײדע געדארפט אײנקנעלן מיט די קינדער, אז זײ זאלן זיך נישט מיט קײן װארט און אפילו נישט מיט קײן מינע ארויםכאפן װעגן אונדזער באהעלטעניש, אנישט װעלן זײ אלע דערשאפן װערן. מ׳האט זײ אנגעזאגט, אז װען זײ װעלן הערן די שכנים אדער קינדער רעדן קעגן ײדן, זאלן זײ ארויםװיױן גאך מער שנאד״ און שעלטן ײדן מיט טויטע קללות... הארבסט, װען ם׳איז געקומען די צײט פון אײגװינטערן די קארטאפל פון פעלד, האט יאנעק אויםגעשטאפט דעם װאגן מיט שטרוי און שמאטעם און פון אויבן אנגעשיט אביסל קאר־ טאפליעס. דערמיט איז ער פארפארן אין הויף ארײן און מיט א געפילדער, אז אלע שכנים זאלן זען און הערן, געעפנט א לאך אין קעלערל און דאם ביםל קארטאפל ארײנגעשיט אין אונדזער ״װוינונג״ ארײן. די פולע װעגעגער קארטאפל האט עד אין געהײם אװעקגעפירט צו אירע קרובים.
אײן מאל איז א שכנטע מיט איר קלײן שײגעצל געקומען אין באזוך צו דער םרוי ק. און בעת די גרויסע זענען געװען פארטיפט אין א שמועס, איז דאס שײגעצל צוגעגאנגען צום קעלער־דעקל, עם געעפנט און מיט א געשרײ ״דזשאד״ מיט שרעק אפגעשפרונגען (״דזשאד״ הײסט בעטלער, אלטער בעטלער, מיט װעלכן מ׳שרעקט קינדער). דער שמועם איז