Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 413
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-869

825 אלטע שאר — אין געראנגל פארן לעבן פון מיין משפחה 826 אײך גארנישט טאן׳ מיר װעלן שיםן אין דער לופט, ,אנטלױפט ! ראטעװעט אײךן״ מײן טאכטער שרהטשע און מײן אײדעם ױאל ז״ל האבן אלץ געלאזן און אראפ. איך האב נישט קײן כוח און קײן לוסט צו לויפן, בין איך אלײן מיט מײנע צװײ ײנגלעך געבליבן. מיר פארן װײטער, שוין עטלעכע קילאמעטער פאר סטאפניץ. אין מײנע גרויסע צרות פרעג איך די צװײ קינדער מײנע־ װאם טוט מעןל װען איך װײס, אז דער טאטעשי מיט די צװײ טעכטער זענען אויך געלאפן, װאלט איך אויך באשלאסן צו לויפן. אבער װער װײם ? אזוי װי מיר רעדן אזוי, הויבט אן דער פורמאן פון דעם װאגן אזוי צו רעדן : ״איך פארשטײ ײדיש, איך האב געהערט, װאם איר האט גערעדט, איר האט א קלער, צי אײער מאן איז אנטלאפןז זיכער איז ער אגטלאפן ! מיט אזעלכע צװײ שײנע טעכטער !״ און ער רעדט װײטער ־ ״איר מײנט, אז איר פארט אויף א חתונה י איר פארט מיט אײערע קינדער צום טויט. אנטלויפט װאם שנעלער, אפשר װעט איר זיך ראטעװען !״.

passage_e92c845cfbaea07112914e4a
Passage 2normalized OCR · source chars 871-1867

אין דער מינוט זענען מיר אראפ׳ ארײן אין ראװ און זיך צוגעשלעפט צו א װאלד. מען הערט שיםערײען איבער די קעפ. איך פרעג־ — ״קינדער, איר לעבטז״ — ״יא״ — ענטפערן זײ. עס איז עלף א זײגער בײנאכט, פינצטער, מען זעט נישט װו מען גײט. מיר פאלן און צעדראפען זיך די פים. איך זאג צו די קינדער, אז מיר זאלן ארויף אויף דעם שאםײ. זײ ענטפערן, אז מען װעט אונדז שיםן. איך גיב זײ צו פארשטײן, אז כל־זמן עס איז גאכט מוז מען ארוים פון װאלד און צוקומען צו א פלאץ װו מען זאל זיך קאנען אפרועי• מיר גײען ארוים פון װאלד אויפן גלײכן װעג װו אלץ פארט און גײט. איך זאג אין הארצן־ רבונו של עולם, היט מיך מיט מײנע צװײ קינדער אין מײן גרױסער נויט. מיר גײען אויף דעם שאסײ. עם איז פינצטער װי אין א זאק, מען הערט זיך אײן עמיצער גײט... עם דערנענטערט זיך א פויער מיט א שטעקן. ער פרעגט אונדז־ ״װוהין גײט אירי זיכער זענט איר פון די ײדן װאס מען האט דא הײנט .אדורכגעפירט קײן סטאפניץ״. ער זאגט־ ״איר װײסט גארנישט װו איר געפינט זיך. זעט דארט װי עס לײכט זיך, דארט איז דער דײטשער פאםטערונעק״• איך זאג אים־ ״װאם טוט מען, מײן טײערער מענטש, העלף מיר ׳.״

passage_4dfdefa9128e00ca50fd4966
Passage 3normalized OCR · source chars 1869-2959

״מײנע ליבע, — ענטפערט ער — איך האב אויף אײך רחמנות. קודם, קומט אין א זײט, װײל די טײװלאנים לויפן מיט די אויטאם יעדע מינוט אויף דעם װעג״. ער פירט אונדז ארײן אין א הויף און זאגט צו אונדז־ ״זעצט זיך אװעק אויף דעם קלאץ. איך װעל ארײנגײן אין דעם הײזל, דארט װוינען זײער ארנטלעכע מענטשן, זײ װעלן אויף אײך רחמנות האבן און װעלן אײך העלפן״. דער פויער איז ארײן און באלד צוריקגעקומען : ״קומט מיט מיר:״ אט דער פויער איז זיכער געװעזן אליהו הנביא. מיר זענען ארײן אין דעם הײזל און האבן דארט געזען צװײ אינטעלי־ גענטע, שײן געקלײדעטע ױנגע קריםטנם. זײ האבן אונדז זײער גוט אויפגענומען, געפרװוט בארואיקן. צום סוף האבן זײ געפרעגט װוהין מיר װילן גײן, װעלן זײ אונדז צופירן. איך האב געענטפערט, .אז איך האב א באקאנטן פויער אין שלאזעװ, אין דער געגנט. ער הײסט סטעמפיען. זײ רעדן זיך דורך און אײנער זאגט : ״איך גײ \״ ער גײט ארוים, נעמט זיך א שטעקן און מיר גײען מיט אים. עם איז אויף אונדז געפאלן א פחד, טאמער װעט ער מיט דעם שטעקן אונדז דערמארדן. איך האב אים געבעטן, ער זאל בײ מיר צונעמען דעם מאנטל• װאם איך האב בײ זיך געהאט, װײל מיר איז צו הײס, און גלײכצײטיק האב איך געװאלט אים פארגיטיקן נישט זײענדיק זיכער אין זײן שליחות.

passage_a2c5713b1defb1aeeefb6ca5
Passage 4normalized OCR · source chars 2961-3733

דער קריסט האט אלץ געטון ערלעך. ער האט אונדז געפירט אין דער פינצטערער נאכט. צום באדויערן האט ער געבלאנ־ דזשעט. עם װערט שוין טאג און מײנע קינדער װערן שוין מיד. דער ײנגערער פאלט איגגאנצן אנידער. דער ליבער טײערער קריסט נעמט דאס קינד אויף זיך, אויף זײנע פלײצעם, און מיר גײען װײטער. מיר קומען אן מיט מזל אין דארף צום פויער םטעמפיען. ער לאזט אונדז ארײן. ער נעמט אונדז גוט אויף, גיט אונדז װארעמע מילך, װײס ברויט און יעדן צװײ אײער. אויך דעם קריסט מאכט ער א זײער שײנע אויפנאמע, פונקט װי ער װאלט דא געברענגט אן אוצר אין שטוב .ארײן. איך זאג דעם קריסט, אז איך װעל אים שיקן א שײנע מתנד״ װען איך װעל נאר קומען אין מײן שטוב ארײן. איך דאנק אפ העפלעך און ער געזעגנט זיך מיט אונדז. בײ סטעמפיען אין שלאזעװ בין איך געװען פון פרײטיק אלטע שאר• אירע קינדער, שניר און אײדעם באלד נאך דעם באפרײאונג

passage_51e7e9ae4ab64f44095fedc2