831 פנקםכמיעלניק• 832
די מלחמה איז נאך אין גאנצן ברען. די דײטשן זענען נאך גענוג שטארק. אין דארף האט מען גערעדט׳ אז די מלחמה װעט נאך דויערן צענדליקער יארן. אונדזער באלעבאס איז ארײנגעפאלן אין א שלעכטער שטימונג. װאם זאל ער טאן. ער אלײן איז ארעם און מיר האבן שוין מער קײן געלט צו געבן אויף עסן. ער שטעלט אײן זײן פאמיליעם לעבן מיט זײן גאנץ פארמעגן. מיר האבן פון דעם זײער פיל געליטן• װאם די באלעבאטים זענען פארזארגט. זײ זענען זײער װײניק ארײנגעקומען צו אונדז. דאס עסן האבן זײ ארײנגעשיקט מיט דער טאכטער. זי האט געגעבן א שליס אויף, א שטעל .ארײן דאם טעפל עםן און גלײך צוריק פארשלאםן. מיר האבן נישט געקענט כאפן פון איר אפילו אײן װארט. אזוי האט געדויערט זעקם ועלשים װי זײ זענען גישט ארײנגגעקומען צו אונדז. מיר זענען געװען זײער באזארגט. מיר האבן אנגעהויבן מורא האבן פאר זײ, פאר זײ, װאס זענען געװען צו אונדז .אזוי גוט און געטרײ• מיר זענען געזעםן אין פארשלאםענעם שטיבל מיט גרויס שרעק. פריער האבן מיר פארט עפעס געװוסט, װאס ם׳הערט זיך. טײלמאל פלעגן זײ ברענגען א צײטונג, דערצײלן װאם מענטשן זאגן. אבער זינט זײ האבן אויפ־ געהערט צו קומען, זענען מיר אפגעריםן געװארן פון דער װעלט. קיץ געלט האבן מיר שוין נישט געהאט, מיר האבן אנגעהויבן ממש צו הונגערן. מײן צער איז געװעזן זײער גרויס װען איך האב געזען װי מײנע קינדער הונגערן. געװײנט, פארביטערט, הונגעריק האבן מיר געהאפט נאר צו גאט. נחום איז דעמאלט אלט געװען 12 יאר און אברהמעלע 9 יאר. דער צער פון דעם הונגער פון די קלײנע קינדער און פון די עלטערע איז געװען נישט צום איבערגעבן. דאס װעל איך קײנמאל נישט פארגעםן. אין אונדזער שטיבל איז געװען אביםל שטרוי צום שלאפן׳ האבן מיר געזוכט צװישן שטרוי, אפשר װעט זיך געפינען .א קערנדל, א זשארנע צום דערכאפן דאם הארץ.
אײנמאל — מיר זענען געגאנגען שלאפן, די קינדער זענען געװען זײער הונגעריק. איך האב מיט געװײן געלײעגט קריאת־שמע, זיך באגאםן מיט טרערן, און בין אנטשלאפן געװארן, האב איך אין חלום געזען מײן מאן נתן. ער פרעגט מיך : װאם װײנסטו אזויפיל. איך ענטפער אים : איו װײן, װײל די קינדער האבן נישט צו עםן, זײ זענען הונגעריק. ענטפערט ער : זאגט דעם גוי, ער זאל אײך געבן עסן. איך װעל אים נישט זאגן, זאג דו — האב איך געטענהט. די קינדער זענען נישט געשלאפן פון גרוים הונגער און זײ האבן געהערט װי איך רעד עפעס אזוי װי אין חלום. מײן זון, מרדכי, פרעגט מיך: מאמעשי, מאמעשי, װאם רעדםטו אזוי פון שלאף׳ װאס האםטו געחלומט. איך האב זײ דעם חלום דערצײלט און זײ האבן זיך אויסגעלאכט. דאם איז נאר א חלום — האבן זײ געזאגט. אין זעלבן פארטאג קומט ארײן דער גוי. דאם איז פאר אונדז געװען א גרויםע איבערראשונג. דער גוי איז געװעז׳ צעטומלט. מיר בעטן אים זיך זעצן. מיר ליגן אויף די געלעגערס און ער הײבט אן : װאם הערט זיך עפעס ז מײן זון׳ פײװל, זאגט אים מיט הבנעד,: פאניע ! איר לאכט פון אונדז. דער גוי הײבט אן צו רעדן : איך װעל אײך זאגן דעם גאנצן אמת. די נאכט איז מיר געקומען צו חלום אײער פאטער און האט מיר געזאגט, אז די מאמע וױינט זײער, װײל די קינדער לײדן גרויס נויט... מײנע קינדער קוקן זיך אן און אלע װארפן בליקן אויף מיר•
װי דער גוי זעט, אז .אלע קוקן אויף מיר, פרעגט ער זיך, װאס דאם באדײט. האב איך אים דערצײלט מײן חלום. ער איז בלאם געװארן און דערצײלט, אז דער פאטער האט אים אין חלום געזאגט, ער זאל געבן עסן צו דער זעט און אז אלץ װעט באצאלט װערן. פון דעמאלט אן איז ער ארײנגעקומען אפטער און האט אונדז געבראכט עסן און צײטונגען. אויך זײן פרוי מיט דער טאכטער זענען אפטער .ארײנגעקומען. אונדזער לאגע האט זיך אביסל פארבעסערט. * די דײטשן האבן אנגעהויבן זיך צ־ריקצוציען. א גרויםער גארניזאן האט זיך באזעצט אין אונדזער דארף און בײ אונדזער באלעבאם האבן זײ געמאכט דעם שטאב. דא האבן זײ געהאט דעם צענטראלן פעלד־טעלעפאן ביז צום פראנט. אין דער װוינונג פון באלעבאס האבן זיך געפונען אכט אפיצירן פון שטאב. אין דעם זעלבן הויז האט זיך געפונען אונדזער בונקער. דאם גאנצע הויז איז געװעזן םון האלץ, מען האט אלץ געהערט דורך די װענט. מיר האבן געמוזט זײן שטיל, נישט באװעגן זיך. די מינדםטע באװעגוגג האט מיכל, די טאכטער פון אסתר און ױסף דאזענבלום הי״ד