Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 421
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-963

841 קלמן מאפע — כמיעלױקער אין קעלצער ״האסאג״ 842 װאס מען האט דעם גוטן טישלער דערמארדעט. אלע כמיעל־ ניקער האבן יעקלען באװײנט און געטרויערט נאך אים. נאך א פאל איז געשען מיט שמעון פײנגאלה גפתלי פײנ־ גאלדס זון. די מוטער זײנע׳ צעשע, האט אין א געװיםן אװנט געפרװוט אײננײען אין קלײד א גאלד־מטבע, װיםנדיק אז צומארגנם װערט זי פון האסאג אװעקגעשיקט. דאס האט באמערקט א ״װערקשוץ׳/ ער איז גלײך ארײן צי איר, אלץ בײ איר אװעקגענומען, צוגעגעבן פעסטע קלעפ און זי צו־ מארגנס אװעקגעשיקט. אז דער זון שמעון האט זיך דאס דערװוסט, איז ער געװארן שטארק אויפגערעגט און צוגעלאפן צום ״װערק־שוץ״ און מיט די הענט אים גענומען שטיקן. ער האט זיך מיט אים געראנגלט ביז אנדערע װערקשוצן האבן דאם באמערקט און שימעקן דערשאסן. איך אלײן האב אים אװעקגעטראגן בכדי אים קובר צו זײן. פון קעלצער האםאג האבן געװיסע כמיעלניקער געפרװוט אנטלויפן און נישט שטענדיק איז געלונגען. פאלע בלאיק, יעקל װײנבערגס אײניקל, מאיר םקורעצקי האבן געפרױוט אנטלױפן. אריבערגײענדיק די לאגער־דראטן זענען זײ געכאפט און דערמארדעט געװארן.

passage_648636ec9ca746de09bd211f
Passage 2normalized OCR · source chars 965-1966

מיטן דערנענטערן זיך פון דעם םאװיעטישן פראנט צו קעלץ, האבן די דײטשן ליקװידירט דעם האסאג און איבערגעפירט די אמוניציע־מאשינען קײן טשענםטעכאװ. פיל כמיעלניקער האבן אויסגענוצט די געלעגנהײט בעתן איבערפירן דעם לאגער און אנטלאפן. דער רוב איז אבער נישט געבליבן בײם לעבן, װײל די פאליאקן האבן כמעט אלע אויף פארשידענע אופנים דערמארדעט אדער איגערגעגעבן אין די הענט פון די דײטשן. אויסער אין קיעלץ האבן נאך פיל כמיעלניקער גענוג צײט געארבעט בײ זײער שװערע באדינגונגען אין פשעדבאזש, בײ בויען פאנצער־גראבנס קעגן טאנקן. נאכהער זענען מיר אלע אריבערגעפירט געװארן קײן טשענסטאכאװ, אין לאגער ״טשענ־ סטאכאװיאנקע׳/ דארט זענען מיר געװעזן ביז יאנואר 1945. װען די רוםן האבן זיך דערנענטערט האט מען אונז אװעק־ געפירט קײן בוכנװאלד, אין דײטשלאנד, װו עס זענען אומ־ געקומען פיל כמיעלניקער פון הונגער און פארשידענע קרעיק. צװישן זײ ־ אליעזר בוגײסקי, קלמן קלײנהענדלער, פישל זיל־ בערבערג, אליעזר מילער, און פיל אנדערע• פין בוכנװאלד האט מען אונז געפירט איבער גאנץ טשעכאסלאװאקיע ביז טערעזנשטאט, װו מיר זעגען באפרײט געװארן דורך די אמע־ ריקאנער.

passage_e9df744ce2adff53473f1fde