Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 437
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1114

ישראל װײמאו / אױ די סאװיעטישע לאגערו (תל־אביב) דער רוב פון די כמיעלגיקער׳ װעלכע זענען מיטן מלחמה־ אױםברוך אנטלאפן אויף דער סאװיעטישער זײט, האט זיך קאנצענטרירט אין לעמבערג. מיר האבן געהאט דאס געפיל• אז דאם ארט איז גאענט צו דער הײם און האבן געהאפט, אז עס װעט זיך מאכן א געלעגנהײט מיר זאלן זיך צוריק קענען פאראײניקן מיט אוגדזערע נאענטע און טײערע. דאס זעלבע האבן, אפנים, אויך געטראכט פיל ײדן פון אנדערע שטעטלעך. לעמבערג איז בכן גיך געװארן א צענטער פון די אנטרינענע פון די שטחים פון דער נאצישער אקופאציע. װי א דונער אין העלן טאג האט אונדז דעריבער געטראפן די ידיעה, אין אײנעמ א תמוז־טאג, אז אויך די פליטים מוזן אננעמען די םאװיעטישע בירגערשאפט. מיר האבן גוט פארשטאנען דעם זין פון דער גזירה — דאס האט באדײט צו רעזיגנירן פון דער האפענונג נאך א מאל צו זעען זיך מיט אונדזערע משפחות. בעת מײן אויפהאלט אין לעמבערג האב איך געװוינט אין א קראם אויף דער בערקא יאסעלעװיטשא־גאס, צוזאמען מיט שמואל ױסף מיקאלאװםקי (מוסעק) און זײן ברודער, מענדל, װעלכער איז שפעטער אומגעקומען בעתן קיעלצער פאגראם, אײזיק ראזנבוים, איטשע זילבערבערג (חנה מירלס זון), מאטל פרידנזאן, װארשאװםקי יחיאל פיטרעם זון פון דער קיעלצער גאס) און נאך צװײ קיעלצער ײדן.

passage_8eebd706c1b573da2fb81748
Passage 2normalized OCR · source chars 1116-2141

אין אײנער א נאכט זענען מיר אלע ארעםטירט און אפגע־ שיקט געװארן אין א לאגער אויף דער פיאטרא־אי־פאװלא־ גאס. דאס זענען געװען בלויז מענטשן אן משפחות. די ענגשאפט איז געװען גרויס. מיט מיר אין צעלע זענען געזעס( ישראל סאמבורסקי, די ברידער שטײנפעלד, אביגדור שטרום און אברהם מילער. אין די אנדערע בלאקן מיט װעלכע מיר האבן נישט געהאט קײן שום קאגטאקט, זענען געװען נאך פיל כמיעלניקער׳ צװישן זײ — לײב ױסף קצב (שמעון סטראדלם זון), לײבל םוכעצקי, לײזער קויפמאן, לוםטגארטן פון בוסקער װעג, ױסף װײל און נאך פיל אנדערע. נאך א חודש זיצן און כסדרדיקע רעװיזיעם װאס מ׳האט בײ אונדז דורכגעפירט, צונעמענדיק בײ אונדז אלץ װאם איז זײ געפעלן׳ האט מען אונדז אנגעהויבן ארויםפירן — איך בין געװען פון די ערשטע װאס זענען אפגעפירט געװארן צו די װאגאנען. נאך א חודש פארן איז דער טראנספארט, בײ שרעקלעכע באדינגונגען און הונגער, אנגעקומען אין דורכגאנג לאגער פערעבארי בײ ריבינסק־יאראסלאװל. דא זענען מיר צעטײלט געװארן אין גרופעס — 25 מאן אין א באראק. מיט מיר זענען געװען א סך כמיעלניקער און באקאנטע פון קיעלץ• צװישן זײ, אײנער ראובן לעשטש, װעלכער האט געקענט ישראל װײמאן \

passage_86dd5875c980fd8d7d20a133
Passage 3normalized OCR · source chars 2143-2734

אביסל רוסיש און דורך אים האט מען זיך א ביסל געקענט פארשטענדיקן מיט אונדזערע שומרים. פון דעם לאגער האמ מען אונדז באלד דערנאך אריבערגעפירט מיט א דאמף־שיפל אין א צװײטן לאגער טארגעניעװא, װו מיר האבן 6—7 חדשים געארבעט בײם האקן װעלדער. מיר האבן געארבעט פון פרי ביז שפעט אין אװנט און עסן האבן מיר באקומען נאר צום הונגערן. מיר, כמיעלניקער, האבן זיך געהאלטן צוזאמען און געגעםן אפילו פון אײן טאפ. בדרך כלל האט יעדע גרופע פון 25 ארעסטאנטן באקומען דרײ־פיר טעפ — מיר דאקעגן האבן אלע געגעסן פון אײן טאפ לויט א רײ, און אײנער האט געהאט צוטרוי צום צװײטן, אז ער װעט נישט עסן מער װי עס פאלט אוים אויף זײן חלק.

passage_0b5ed69cb9269a833069e483
Passage 4normalized OCR · source chars 2736-4073

אין אונדזער גרופע האט זיך אויך געפונען ברוך שװיעטש־ ניק (״בוטשקע״). ער האט זיך באזונדערם געטויגט און עס איז אים אויך געלונגען מיט דער צײט צו שליסן ״קאנטשאפט״ מיט די קוכערס. פאר געלט און חפצים, װאם מיר האבן נאך באװיזן אױפצוהיטן (אין אלע לאגערן האט מען בײ אונדז דורכגעפירט רעװיזיעם און מ׳האט צוגענומען בײ אונדז אלע װערטזאכן, װי זײגערם אדג״ל), האבן מיר באקומע־ א ביסל מער עסן׳ װי מ׳האט אפיציעל באקומען צוגעטײלט. יעדער כמיעלניקער, װאס איז צו צום פארטײלער אפנעמען די שפײז אויף די ״קארטאטשקעס״, האט געלאזט הערן די לאזונג ״כמיעלגיק״, און יענער האט שוין געװוסט צו געבן טאפלטע ראציעס אדער א געדיכטער ביסל זופ. ברוך אלײן האט אויך אויסגעפועלט בײט הויפט־קוכער, יענער זאל אים דערלויבן נאכן נאכט־עסן קומען אין קוך העלפן װאשן די כלים און שײלן קארטאפל. בײ דער .ארבעט פלעגט ער דארט אפעסן צו דער זעט און אויך ארײנשמוגלען צו אונדז אין באראל אין מיטן דער נאכט א ביםל עסן. מיר פלעגן שוין װארטן מיט אומגעדולד אויף דעם, װײל מיר זענען תמיד געװען הונגעריק. װי נאר ברוך איז ארײן אין באראק׳ זענען מיר אלע אראפ פון די געלעגערס צו דער ״חצות״־סעודד״ אדאנק ברוכן בין אויך איך אנגעקומען, שפעטער אביסל, צו דער נאכט־ ארבעט אין קוך. מיר האבן זיך כסדר געביטן מיט דעם פאר־ געניגן און פון מאל צו מאל האט די זכיה אויך געהאט משה לעשמאן, װעלכער איז שפעטער געשטארבן פון הונגער אין א קאלכאז, ישראל םאמבורםקי (שמואל קירעס זון) און לײב ױסף קצב. מיר זענען װירקלעך געװען װי אײן משפחד״

passage_5efd9e0f3a2d05247bd9808e
Passage 5normalized OCR · source chars 4075-4124

אויך בײ דער ארבעט האבן מיר זיך קעגנזײטיק געהאלפן.

passage_ad82dc537f393fbefdfea8ba