Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 441
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-66

881 בנצױן װײצמאן — מײנע מלחמה־װאנדערונגען איבערן ראטנפארבאנד 882

passage_e007142d819199179e208716
Passage 2normalized OCR · source chars 68-1663

12 ײדן. איד האב זיד געשראקן אהײמצוגיין קיץ כמיעלניק, האב איך געטראפן כיל לעװנשטײן׳ און מיט אים מיטגעשיקט א גרום צו מײנע נאענטע. זונטיק בין איד אין באגלײטונג פון מײנע צוױי קוזינעס אװעק אין מאגיסטראט װו א מיליטער־ מאן האט געגעבן ״פשעפוסטקעס״ אהײמצוגײן. מיר זענען אהײמגעגאנגען צופיס. באלד װי מיר זענען אנגעקומען אויף דער קעלצער גאס, האבן מיר געטראפן א טרויעריק בילד. ײדן זענען געשטאנען אין די האלב־פארמאכטע הײזער, ארוים־ געקוקט צי ס׳קומט עמיצער פון קעלץ, בכדי עפעם זיך צו דערװיסן׳ װען זײ האבן מיך דערזען מיט מיץ קוזינע׳ זענען זײ ארוים און מיט נײגעריקײט מיך אויםגעפרעגט, װי עס זעט אוים אין קעלץ. יעדער האט מיך געפרעגט צי איד האב נישט געזען זײנם א ברודער אדער א זון׳ װעלכע זענען אויך אװעק אין דער ארמיי איך האב זײ איבערגעגעבן אלץ װאס איך האב געװוםט און בין אהײם אין שטוב ארײן. איך האב זיך געפרײט מיט די נאענטע. די דאזיקע פרײד איז אבער פארשטערט געװארן׳ נאך דעם װי איך האב געהערט, װאם די דײטשן האבן דא אפגעטאן. כמיעלניק איז געלעגן אין שרעק. בײנאכט האט מען זיך פארקלאפט אין די הײזער. שכנים האבן זיך צוזאמענגענומען און מען האט זיך דערצײלט נײעס, װאס אײנער האט געהערט׳ כאטש קײן ראדיא איז נישט געװען׳ קײן צײטונג אויך נישט, דאך האט מען איבערגעגעבן מפה לאוזן װאם עס טוט זיך אין אנדערע ערטער. די ערשטע אכט טעג, האט קײנער נישט געװאגט ארויםצוגײן אין מארק. שפעטער אביסל׳ נאך 2—3 װאכן האט מען זיך אנגעהויבן ארויםכאפן אין מארק. אבער נישט אויף לאנג, וױיל די דײטשן האבן געכאפט צו דער ארבעט. אזוי יעדן טאג. װען עס האט זיך אײנגעשטעלט די צױוילע מאכט אין כמיעלניק׳ װען דער מאגיסטראט האט אנגעהויבן ארבעטן מיט פוילישע באאמטע און דײטשע קאמיםארן׳ האט אויך אנגעהויבן ארבעטן די ײדישע קהילה. דער קהילה־פרעזעס האט זיך דאן געװאנדן

passage_f96888f84b116bf32e75e8b0
Passage 3normalized OCR · source chars 1664-2538

צו די דײטשן׳ זײ זאלן נישט כאפן צו קײן ארבעט׳ נאר אז מען װעט אלײן גײן. מען האט זיך טאקע אאין צוגעשטעלט. ײדן האבן זיך געפילט הפקר און מען האט געהאפט אויף עפעם א נס. מיט א מאל האט זיך פארשפרײט א קלאנג, אז די רוםן מיט די דײטשן האבן זיך צעטײלט מיט פוילן לויט די גרענעצן פון פארן ערשטן װעלט־קריג, דאם הײסט, אז כמיעלגיק זאל באלאנגען צו די סאװיעטן. הױת װי דײטשן האבן שױן געהאט פארנומען גאנץ פוילן, האבן זײ אנגעהויבן ארויסנעמען מיליטער צוריק קײן דײטשל-;נד. און װײל מען האט געזען װי דאס מיליטער פארלאזט כמיעלניק, האט מען אנגעהויבן גלײבן, אז די רוסן װעלן ארײן אין שטאט, בפרט אז עס זענען געװען טעג, װען אין כמיעלניק איז נישט געװען קײן אײן דײטשער זעלנער, אזוי אויך אין די ארומיקע שטעט־ לעך. א םך ױנגע מענטשן האבן זיך טאקע אפגעהאלטן פון אװעק צו די םאװיעטן, נאך דעם װי עטלעכע גרופעם זענען שוין געהאט אװעק. א סך זענען אפילו צוריקגעקומען פון לעמבערג. װוהין זײ זענען געהאט אנטלאפן אדער זענען

passage_dc105b57d0050fd86468dc13
Passage 4normalized OCR · source chars 2540-3584

געהאט באפרײט געװארן פון געפאנגנשאפט. זײערע גרוסן זענען געװען האלב־גוטע האלב־שלעכטע. זײ האבן דערצײלט, אז מ׳איז טאקע פרײ, ײדן זענען גלײכבארעכטיקט, װי אלע בירגער׳ אבער עםן איז נישטא צופיל און צו וװינען איז אויך נישטא• מען װאלגערט זיך אין גאס. פונדעסטװעגן האט יעדן טאג זיך אװעקגעלאזט א צװײטע גרופע, מערסטנס ױנגע מענטשן. מען איז געפארן מיט דער קאלײקע קײן ראקאװ אוז פון דארטן װו אײנער האט געקענט — צופיס אדער מיט פורן, װײל מיט דער באן איז געװען א םכנה צו פארן. א םך פלעגן זיך צוריקקערן פון מיטן װעג, װײל מען האט ראבירט, אדער מען האט געשלאגן. ם׳איז נישט געװען לײכט. מיטן אויםהענגען פלאקאטן, אז כמיעלניק מיט דער םביבה באלאנגען צו דעם גאװערנאמענט פון קראקע, האט דער קלאנג װעגן די רוםן אויפגעהערט. שדוער איז געװען זיך צעשײדן מיט דעם שטעטל, אבער אין אײנעם א טאג האבן מיר א גרופע כמיעלניקער געמאכט קלײנע פעקלעך. אין דעי פרי זענען מיר ארוים צו דער קאלעיקע• אנגעקומען קײן ראקאװ מיט מײן פרױ, האבן מיר געדונגען א פור און געפארן נאך קלימענטאװ. מיר האבן געמאכט אן אומװעג, װײל דורך קעלץ איז געװען א שרעק צו פארן, דארטן האט סטאציאנירט א םך מיליטער, און די פאלאקן

passage_d5ea0d385611316c755dba07
Passage 5normalized OCR · source chars 3586-3752

כמיעלניקער אין דער פױלישער ארמײ עס זיצן פון רעכטס אויף לינקס: שמואל ױסשענקא, יהודה זילבערבערג, עס שטײען פון רעכטס אויף לינקס : אבא גארליצקי, מלך גאלדבערג, חײם דיאמענם

passage_e2a5500777d5c485a3b81bc6