Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 446
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-33

891 פנקםכמיעלניק 892

passage_361075a79bc6bf61bc0bce55
Passage 2normalized OCR · source chars 35-1653

באמבארדירט אן אויפהער, מען האט געזען װי די שטאט ברענמ. עם האבן געצויגן פיל ײדן, זײער א קלײנע צאל גוײם. איבער אונדזערע קעפ זענען געפלויגן דײטשע באמבארדירער. מיר האבן זיך געמוזט באהאלטן אין דער קוקורידזע, װעלכע איז געװאקסן אויף די פעלדער. עם איז געװען אנהויב אויגוסט 1942. די זון האט געבאקן אין א װינט האט געבלאון מיט זאמד אין די אויגן ארײן. אונדזער קינד האט געקריגן פאר־ ראפעטע אויגן מיט זאמד ביז איך האב געפונען א מיטל װי צו פארהיטן דאם קינד. איך האב גענומען א טישטעך, אנגע־ בונדן אין מײז האלדז און ארײנגערוקט דאס קינד אינעװײניק און אונטערגעהאלטן מיט מײנע הענט. עם האט אויסגעזען װי מען טראגט א צוגעבונדענע צעבראכענע האנט. דאם קיגד איז זיך געשלאפן רואיק, ער האט נישט געװײנט, װי ער װאלט פארשטאנען, װאם עס טוט זיך. װען עם איז פינצטער געװארן, האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א דארף, װו זײ האבן אויםגעשפאנט די אקסן, געלאזט זײ אין פעלד אפעסן. אפגע־ געסן האבן די מענטשן געמאכט פלאץ פאר זײערע פאמי׳ליעס זיך צוצולײגן שלאפן און איך האב געמאכט פלאץ פאר מײן פרוי, זי זאל זיך קענען צולײגן מיטן קינד. אזוי האבן מיר זיך געשלעפט דרײ טעג, אונטערשטופנדיק דעם װאגן. װען מען האט געדארפט ארויפשלעפן אויף א בארג, האט מען געגאםן װאםער אויף די רעדער, זײ זאלן זיך נישט צעשיטן. אזוי ביז מיר זענען צוגעקומען צו א באן־םטאציע, װו עם זעגען געשטאנען צוגן מיט אנטלאפענע ײדן. מיר האבן זיך אויך ארײנגעזעצט אין די װאגאנען און געפארן. װוהין האב איך נישט געװוםט. מען האט עטלעכע מאל באמבארדירט אונדזער צוג, אבער צום גליק קײן איץ מאל נישט געטראפן. װען דער צוג האט זיך געשטעלט אויף א םטאציע, פלעגן די דארטיקע אײנװוינער צוברענגען עםנװארג און געטוישט פאר םחור־ העמדער, הויזן אדג״ל. גאך עטלעכע טעג פארן זענען מיר אנגעקומען נאך באקו. דא האבן מיר אנגעהויבן באקומען אלם

passage_38ccb82640fe7d1c76a85dd9
Passage 3normalized OCR · source chars 1654-2511

פליטים ברויט און זופ פאר דער גאנצער גרופע. מיר האבן באדארפט װארטן אויף דער רײ צו זעצן זיך אויף דער שיף. געשלאפן זענען מיר אין גאם אויף די פעקלעך. עס זענען געװען װארעמע טעג און נעכט. װען מיר זענען שוין דארמן געװען 2—3 טעג זענען אנגעקומען אונדזערע כמיעלניקער פרײנט. מיר האבן נאך געטראפן עטלעכע באקאנטע פון אונדזער שטעטל. פיר במיעלניקער, דרײ מײדלעך און אײן בחור, זײן נאמען איז געװען נחום נאזשיצע. די מײדלעכם נעמען געדענק איך נישט. זײ האבן אויך געװוינט אין לאװ־ קאז אין א דארף נישט וױיט פון אונדז און פלעגן טײלמאל אונדז באזוכן. פאר א ביםל טאבאק צום רויכערן האבן זיך אונדזערע פרײנט ארײגכאקומען אין פארט ארײן• נאך זיבן טעג װארטן, װען עם איז אנגעקומען א גרויםע שיף אויםן נאמען קאגאנאװיטש, האבן זיך אונדזערע פרײנט גלײך ארויפבאקומען. מענטשן האבן זיך געלאזט ארויף אויף דער שיף מיט פעק און זעק. פארט־ארבעטער האבן געהאלפן שלעפן פאר כאצאלט און מײנע כמיעלניקער זענען פאר־

passage_2b9f1912e154aeac333a6d20
Passage 4normalized OCR · source chars 2513-3917

שװונדן אויף דער שיף. מײן פרוי האט מורא געהאט צו גײן אויף דער שיף אין אזא געדרענגעניש, אויך איז דאם קינד קראנק געװארן, געהאט היץ, זענען מיר געבליבן. נאך דרײ טעג איז װידער אנגעקומען א קלײן שיפל. נאר דא האט מען געזאגט, או מען װעט קײנעם נישט ארויפלאזן, יװײל עם את נישט פאר קײן פאסאזשירן. אויף דעם שיפל האט מען פאר־ לײגט א בריק ארונטערצוגײן, נאר קײן פאסאזשירן האט מען נישט ארונטערגעלאזט. האבן די מעגטשן, אנגעהויבן ארונ־ טערװארפן זײער װײכן באגאזש און זענען ארונטערגעשפרינ־ גען אין שיפל ארײן, דערנאך האבן אלע אנגעהויבן זיך ארונטערלאזן אויפן שיפל. מײן גרופע האט שוין נישט גע־ װארט אויף קײן כבוד, נאר אויך אנגעהויבן ארונטערצוטראגן זײער באגאזש. איך האב געפונען א ברעט און מיר געמאכט א בריק און ארונטערגעלאזן מײן גאנצן באגאזש. מיר האבן זיך געהאלפן אײנער דעם אנדערן. װען איך בין שוין אױך געװעון אונטן׳ האב איך גענומען זוכן מײן פרוי און קינד. איך האב זײ נישט געזען. בין איך צוריק אראפ פון דער שיף און געפונען זײ די לעצטע אין דער רײ ארונטערצוגײן אין דער שיף. איך האב גענומען דאס קינד אויף מײנע הענט• אדורכגעשטופט זיך א װעג. װען מען האט געזען אזא קינדעלע, הא,ט מען מיך אדורכגעלאזן און מײן פרוי האט געמוזט פאר־ זיכערן, אז זי איז די מאמע. מיר האבן באדארפט פארן אכט שעה. בײנאכט איז דער ים געװארן שטורעמדיק און דאס שיפל איז געגאנגען זײער לאנגזאם מיט מער װי זעקס הונדערט מענטשן. די כװאליעס האבן יעדעם מאל געגעבן א זעץ ארײף אויף דער שיף און אײםגעװײקט דעם גאנצן באגאזש. צום גליק האב איך מײן פרוי אװעקגעזעצט אין דער מיט פון דער

passage_8ec3472b6c930ab3a0b8594a
Passage 5normalized OCR · source chars 3919-4008

משה טשעטשערםקי און גלוזמאן, אלי׳ שדכנס זון — קאװאליעריםטן אין דער פוילישער ארמײ פארן קריג

passage_c0ef9600a5344a3502811fc7