Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 449
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-69

897 בבפנירן וױי*ממן — לײנע מלחמה־װאנדערונגען איבערן ראמנפארבאגד 898

passage_3d0428cd4dd9feac635c2306
Passage 2normalized OCR · source chars 71-1223

געקאכט אביםל צעשניטענע קארטאפל מיט װאסער אבער די באלעבאםטע האט נישט געקענט זעען װי איר עם מיט די בלויזע װאםער׳ האט זי מיר ארײנגעטאן צװײ לעפעלעך מילך. עטלעכע ײדישע ױנגעלײט, װאם זענען דארט געװען׳ זעגען אװעק פון דארטן, וױיל עס איז נישט געװעך קײן עםן. צי זײ האבן בעסערס געפונען וױיס איך נישט. איך האב אויך געקלערט צו אנטלויפן פון דארטן און װען מען האט אונדז גערופן צו דער מיליץ, װעלכע האט זיך געפונען 35 קילא־ מעטער פון אונדז׳ ארויסצונעמען פאםפארטן׳האב איך גע־ פרװוט פארבלײבן דארט• איך האב אבער געזען׳ אז אויך דארט איז נישט בעסער. בין איך צוריק אהײמגעגאנגען. צוריק־ קומענדיק׳ האב איך זיך דערװוםט׳ אז עם האט זיך שוין געטוישט די גאנצע אדמיניםטראציע. אונדזער נייער דירעק־ טאר װײזט זיך ארויס צו זײן א גאר פעאיקער מענטש. און ער האט טאקע אנגעהויבן אײנפירן ארדענונג, שאפן עסן פאר די ארבעטער׳ און אונדז׳ שנײדערם׳ האט ער אויך צוגעזאגט א גוטע צוקונפט. איך האב אנגעהויבן פירן די ארבעט. געמאכט שײנע זאכן און באקומען א גוטן נאמען. איך פלעג אנהויבן ארבעטן זײטיק אביסל׳ ם׳הײםט, נאך די געװײנלעכע אכט שעה ארבעט׳ האב איך געמאכט ארבעט פאר די מענטשן פון דארף׳ װאס האבן מיר באצאלט מיט פראדוקטן אזוי׳ אז איך האב שוין נישט געהוגגערט און אנגעהויבן צו בענקען נאך מײן פרוי און קינד.

passage_27283b2cb5c7dc60a0a0c735
Passage 3normalized OCR · source chars 1225-2047

זומער־צײט׳ יולי׳ האב איך באקומען א דערלױבעניש צו ברענגען מײן פאמיליע. װידער האב איך זיך געלאזט אין א שװערן װעג ארײן זיך צו שלעפן מיט באנען׳ שיפן און אפילו גײן צופוס ביז איך בין אנגעקומען צו מײן פרוי. נאך שװערער איז געװען צוריק, װען איך בין געפארן מיט מײן פאמיליע. פאר זײ האב איך ערשט געמוזט באקומען א דערלויבעניש. איך האב געמוזט לויפן פון אײן אמט אין צװײטן. נאך דרײ װאכן װאנדערן זענען מיר אגגעקומען. מײן פרוי האט אנגע־ הויבן ארבעטן איז קינדער־גארטן. מיר האבן געלעבט רואיק ביז עם האבן זיך װידער אנגעהויבן צרות. איך בין קראנק געװארן׳ איך האב באקומען די געלבזיכט, האב איך זיך געמוזט אװעקלײגן אין בעט. איך בין אװעק אין שפיטאל. מײן פרוי פלעגט מיך קומען באזוכן יעדן טאג, װי זי האט געמאכט 14 קילאמעטער צום שפיטאל און זי איז דעמאלט געװען שװאנגער. דער דאקטאר האט מיר געזאגט, אז עס איז נישטא די נויס-־קע מעדיצין מיר צו געבן׳ האט מיר

passage_7763f2e3ab7eb965e6b5e31c
Passage 4normalized OCR · source chars 2049-3642

װער פון צװישן די קראנקע געגעבן א הײמיש מיטל׳ איך זאל טרינקען געלע בלומען, אויפקאכן װי טײ און טרינקען דאס װאסער. די ארטיקע אײנװוינער טרינקען דאם װען זײ האבן די קראנקהײט. האב איך אזוי געטאן. און נאך צוױי װאכן איז מיר בעםער געװארן. אזוי האט עם געדויערט א פאר װאכן. ביז איך האב געקענט צוריק אנהויבן ארבעטן. איך בין געװען זײער אפגעשװאכט, איך האב אבער געמוזט װײטער ארבעטן שװער. פארן ביםל עסן. יערן זונטיק׳ װען איך האב זיך געדארפט א ביסל אפרוען׳ האב איך געמוזט לויפן אויפן באזאר צו קױפן עםן פאר דער װאך. מײן פרוי האט מיר געבוירן נאך א זון׳ און זי איז אויך געװען זײער אפגעשװאכט. זי האט געהאט זײער א שװער טראגן. געװוינט האבן מיר אין אײן צימער, ס׳איז געװען גענוג ענג פאר אונדז, שוין פיר נפשות, אבער מיר האבן אלץ גענומען פאר ליב, וױיל מיר האבן געהאפט איבערצולעבן די קריג און צוריק טרעפן אונדזערע קרובים׳ װעלכע מיר האבן איבערגעלאזט. מיר פלעגן באקומען אפט ברױו פון אונדזערע פרײנט און כמיעל־ ניקער װאם זענען געװען מערסטנס אין מיטל־אזיע. מיר האבן אויך געהאט עטלעכע פרײנט װאס זענען געװען אויפן פראנט. מיר האבן אויך געלײענט די צײטונג און געהאפט די מלחמה זאל זיך שנעל ענדיקן. די צײטונגען פלעגן ברענ־ גען גוטע נײעם׳ אז די רויטע ארמײ רוקט זיך פארוים. די פרײד איז געװארן גרעסער׳ װען די רוםן :ענען שוין געװען אין פוילן. אבער שלעכטע נײעס האבן אנגעהויבן צו דערגרײכן צו אונדז׳ אז די יירן אין פוילן האט היטלער פארניכטעט, אלע ײדן. — עם האט זיך נישט געװאלט גלויבן. דער טרויע־ דיקער אמת האט זיך אבער באשטעטיקט. מײנע פרײנט האבן נעשריבן פון פוילן פון פראנט, או זײ טרעפן דארט נאר אײנצלנע ײדן׳ װעלכע האבן דורכגעלעבט אין די װעלדער צװישן די פארטיזאנער. װען די מלחמה איז שוין געװען געענדיקט׳ האב איך אנגעהויבן שרײבן ברױו אהײם קײן

passage_c718b5ef958f8c250757b73f
Passage 5normalized OCR · source chars 3643-4063

כמיעלניק׳ זײ זענען אבער צוריקגעקומען מיט אן ענטפער׳ אז די מענטשן זענען נישטא׳ זײ זענען אװעקגעשיקט געװארן אין אן אומבאוװסטער געגנט. 10 חדשים נאכן פארענדיקן די קריג׳ האבן מיר געקריגן די דערלויבעניש ארויסצופארן צוריק נאך פוילן. מיר זענען אװעק מיט פרײד, געמישט מיט טרויער. מיט פרײד װאס מיר האבן דערלעבט די ענדע פון דער גרויזאמער מלחמה און מיט טרויער װײל מיר האבן געװוםט׳ אז װען מיר װעלן אהײמקומען, װעלן מיר קײנעם נישט טרעפן.

passage_a9b43df22c6bc21c9f94eaf5