Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 456
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-72

הערשל ק&מינסקי / דרײ מאל האב איד זיר געזעגנט מיט מיױ כמיעלניק (ניױיארק)

passage_fdeb64a6b5e306423f6c4ee6
Passage 2normalized OCR · source chars 74-1665

דאס ערשטע מאל װען איר האב געמוזט פארלאזן מײן שטעטל איז געװען׳ װען איד בין אװעק צום פוילישן מיליטער. דאס איז געװען אין מערץ 1938• איד בין אװעק מיט א טרויער אין מײן הארץ׳ שװער געװען איבערצולאזן אזויפיל פרײנט און די הײמישע אטמאםפער מיט װעלכער דאס שטעטל איז געװען געבענטשט• איד האב פארשטאנען אז אין פוילישן מיליטער װעל איך אלם ײד נישט פילן זיך גוט• איד האב געוװםט׳ אז איך פארליר מײן פארטײ װו מיר האבן זיך דערצויגן און אונזער דראמאטישן קרײז ? מײן ספארט־קלוב צו װעלכן איך האב געהערט פון ערשטן טאג פון זײן גרינדונג ־ מײן ״פינג־פאנג״־טיש אין לאקאל פון םפארט־קלוב און אנדע־ רע םפארט־אקטױויטעטן. עם האט זיך נישט געװאלט שײדן מיט די ביבליאטעקן און די ביכער װעלכע האבן געעפנט אונזערע אויגן׳ געלערנט אונדז פארשטײן די װעלט׳ די בא־ גײסטערונג װאם מיר ױגנט האבן געהאט װען עס זענען פארגעקומען װאלן צום שטאטראט׳ ײדישע ״געמינע״ אדער צום צױניםטישן קאנגרעם׳ און די אלע רעפעראטן און פארלע־ זונגען פון די בעםטע רעדנערס פון װארשע און אויך פון אונזערע אײגענע׳ די פארשידענע אויספלוגן׳ און םפעציעל די ״מאױװקעם״ און די פײערונגען װי ז־טער מאי׳ באראכאװ׳ הערצל׳ א.א.װ.? די קאמפן צװישן די פארטײען׳ דעם קיבוץ באראכאװ׳ די קעםטל־אװנטן׳ װו פארשטײער פון אלע פאר־ טײען זענען זיך צוזאמענגעקומען און געענטפערט אויף אלע פראגן יעדער לויט זײן אײנשטעלונג? דאס גײן אין זומער צו דער צװײטער מיל זיך באדן? די שפאצירן אין די גאםן און אויף די טראטוארן פון מארק׳ דאם שליטלען זיך פון די בערג אויפן בוסקער און שידלעװער װעג׳ די שבתדיקע ליכט װעלכע האבן געלויכטן אין ײדישע הײזער׳ די פײערלעכע שטימונג װאם האט געהערשט װען עם איז געװען א ײדישער ױם־טוב און די געפאקטע שול מיט די בתי־מדרשים וװ ײדן פון אלע שיכטן זענען געזעםן און געבעטן גאט ? די קאמפן פאד

passage_33e979597333dadf58df07bd
Passage 3normalized OCR · source chars 1666-2844

דעם כסא־הרבנות׳ אין װעלכע עס זענען געװען ארײנגעצויגן אלע רעליגיעזע שיכטן מיט זײערע שטיבלעך. םפעציעל האט זיך נישט געװאלט אװעק פון טאטע מאמע׳ שװעסטער און ברידער. װען איך בין צוריק געקומען אהײם האט דאס שטעטל געהאט אן אנדער פנים. עס איז שוין געװען אין די הענט פון די דײטשן און די כמיעלניקער ײדן האבן דעם ערשטן טאג געצאלט א טײערן פרײז. 18 ײדן זענען דערשאסן געװארן• דאם האב איך זיך דערװוםט נאך זײענדיק אויםער דער שטאט. איד בין געגאנגען צופוס עטלעכע הוגדערט קילאמעטער אן שיך׳ מיט געשװאלענע פים ? הונגעריק׳ אפגעריסן׳ באװאקסן׳ שמוציק. דורך אונטערגאםן און דורך דער ״מעריצע״ בין איך געקומען צו מײן הײם. דא האב איך דערזען װאם עס איז אזוינם מלחמה מיט אלע אירע גרוילעכקײטן. איך האב דערזען זאכן װאם האבן זיך נישט געװאלט גלויבן? אן ארגאניזירטע ארמײ מיט אלע אײנריכטונגען קעמפט קעגן א הײפל אומבאװאפנטע ײדן. מען שלאגט און מען שיםט און מען פײניקט אן א פארװאם — בלויז דערפאר װײל מיר זענען ײדן• עם האבן זיך אנגעהויבן ציען לאנגע טעג׳ חדשים און יארן אין פינצטערניש׳ הונגער און עפידעמיעס. די טיפוס־ קראנקהײט האט זיך ארײנגעכאפט און נישט אדורכגעלאזט קײן אײן הויז. די שטערבלעכקײט האט זיך א םך פארגרע־ מערט. אין צװישנצײט האט מען ארײנגעשיקט ײדן פון אנדערע שטעט׳ פון פלאצק און ראדאם. אין די הויפט־גאםן האט

passage_eb44d4759b0c4bf7b46781bb
Passage 4normalized OCR · source chars 2846-2879

הערשל קאמינםקי אין לאגער־״מונדיר״

passage_e4321aa75245480d703069ed