Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 45
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-541

81 ד״ר נ. מ. געלבער — געשיכטע כון ײדן אין כמיעלניק 82 א זעלטענער אנטיק פון הויכן קונסט־װערט, שטאמט פון דער באראק־עפאכע אין 17־טן יאר־ הונדערט. אויסגעפארטיקט פון ברוינעם סאמעט, די צװײ אײנגעװעבטע זײלן — אויסגעהאפטן מיט די רײנסטע זילבער־פעדים. איבערן פרוכת דאס כפורת מיט קינםטעריש־ אויסגעהאפטע דרײ קרוינען באצירט מיט ארנא־ מענטן־ כתר כהונה׳ כתר תורד״ כתר מלכות. דער צװײטער טײל פון כפורת־ פינף אויםגעהאפ־ טענע שפיצן מיט אײנגעפאסטע כלי־קודש, װאס זענען באנוצט געװארן אין בית־המקדש. הפרוכת בבית דיכנםת — דאס אנטיקע פרוכת אין דער כמיעלױקער שול

passage_23cf5a1de329be0e720d0480
Passage 2normalized OCR · source chars 543-1671

שרגא פײװל חתונה געהאט מיט א פרוי פון םטאשאװ און א יאר נאך דער חתונה פלוצלינג פארשװונדן. קרובים פרן דער פרוי האבן אים געזוכט אין אלע קהילות אין פוילן און אים נישט געפונען — די פרוי איז געבליבן אן עגונה. אין אכט יאר ארום, בעת דער מלחמה פון נאפאלעאן קעגן די פרײםן און רוסן, האבן זעלנער, װעלכע זענען אײנגעשטאנען אין הויז פון די עלטערן פון דער סטאשעװער פרוי דערצײלט, אז שרגא פיװול פון כמיעלניק האט זיך געשמדט און דינט אין דער רוםישער ארמײ. אין יאר 1799 איז דערהאלטן געװארן א ידיעה אין םטאשאװ, אז דער מאן איז אריבער צו די פרײסן. נאך לאנגע זוכענישן און באמיאונגען איז דעד פרוי געלונגען צו ברענגען דעם משומד קײן םטאשאװ. ער האט צוגעזאגט צו געבן א גט אבער ביז װאם װען, איז עד װידער אװעק. נאך א געװיסער צײט זענען פון אים דער־ האלטן געװארן בריװ פון קעלן און רעגענסבורג צוזאמען מיט א כוח־הרשאה פאר די רבנים צו שרײבן א גט פאי־ זיץ װײב. אין א צײט ארום איז װידער דערהאלטן געװארן א בריװ פון פולק־קאמענדאנט, אז דער משומד שרגא פײװל איז געפאלן בעת א שלאכט. דער פאל האט געשאפן א פארפלאנטערט פראבלעם : 1. די רעכטגילטיקײט פון דער כוח־הרשאה פון דעם משומד פארן גט. 2. צי דאס עדות־זאגן פון קאמאגדיר װעגן טויט פון מ,אן איז גענוג מתיר־צו־מאכן די עגונד״

passage_69b23f36a7e148511a97f3f7
Passage 3normalized OCR · source chars 1673-2174

םטאשעװער ײדן האבן זיך געװענדעט צום קאזשעניצער מגיד מיט א שאלה. דער מגיד האט געגעבן א לאנגע תשובה אין װעלכער : א) ער האט נישט אנערקעגט דעם כוה הרשאה פון דעם משומד פאר גענוג, כדי צו געבן דער פרוי א גט6). ב) האט אנערקענט די עדות־דערקלערונג פון ארמײ־קאמאנדיר. בעת דער צײלונג פון יאר 1764 זענען אין כמיעלניק געװען 1445 ײדן מיט קינדער ביז אײן יאר. לויט דער אפיציעלער צײלונג זענען פארשריבן 1132 נפשות. אין דער צאל זענען 265 ראשי משפחות. פון זײ זענען פארשריבן 68 ראשי משפחות באשעפטיקט: ג ביר־ברײהױז, 2 פאכטער

passage_c06a354b5ca032af795219dd