Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 468
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1009

935 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק 936 ■1 1 _ ■וו*1מא *וני:#*; אזכרה נאך די כמיעלניקער קדושים דײטשלאנה לאנדםבערג 1946 עס זיצן אין סרעזידױם פון ךעכטס אויף לינקס : פרוי אלטע שאר, פרוי אסתר ראזענבלום, גוטשע פלוטשעמיק, רוחמה זאלצמאן, אהרן־בער פרידמאן, פײװל שאר, שאול ױריםטא, מאיר בלאנק בײ דער אזכרה פון די קעלצער ײדן. זי האט שוין געהאט די נײע פראטעזעס און האט מיר דערצײלט, אז עם איז איר פיל לײכטער. זינט דעמאלט האב איך װײניק געזען רוחמהן. טײלמאל האב איך זי געטראפן אין איר אויטא אייף די גאםן פון מינכען. יעדע באגעגעניש האט אונדז זײער דערפרײדט. איך האב מיר געהאט באשלאםן אין הארצן צו באזוכן רוחמה, זי יאט שײן געהאט א צימער. איך בין אבער קײנמאל נישט גע• קומען דערצו. כ׳בין געװען זײער באשעפטיקט און געהאט א בינטל אײגענע דאגות... יאנואר 1948 בין איך געפארן נאך ירער שװײץ. װען איך בין סוף 1949 צוריקגעקומען נאך מינכען, האב איך װידער געטראפן רוחמהן. זי האט מיך באזוכט אין דער העברעאישער גימנאזיע, װו איך האב אונטערריכטעט. זי האט געמוזט װידער אפערירן די פים, װידער שנײדן שטיקער און דערצו געהאט שװערע מאטעריעלע זארגן.

passage_87938d015212d2813422bd33
Passage 2normalized OCR · source chars 1011-1474

עס איז געװען א קאלטער טאג׳ רעגן און שנײ. אויב איך האב קײן טעות, איז עם געװען דעצעמבער 1951. א קעלצער חבר, מענדעלע װײנריב, איז צו מיר געקומען אין דער גימ־ נאזיע מיט דער טרויעריקער ידיעה, אז רוחמה איז באגאנגען זעלבםטמארד. איך האב מיך געװענדעט צום דירעקטאר פון דער גימנאזיע, פראפעסאר ברוך גרויבארד, װעלכער האט פאר דער מלחמה געארבעט אין דער ײדישער גימנאזיע אין קעלץ• ער האט גוט געקענט רוחמהן. מיר האבן זיך אנגעטאן און געפארן זגום בית עולם. עס איז נישט געװען אפילו קײן

passage_abbd23cc0407906a6cced276
Passage 3normalized OCR · source chars 1476-2225

מנין און װער ם׳זאל קדיש זאגן. מען האט געברענגט ײדן פון דער גאס. צװישן דעם קלײנעם הײפעלע מענטשן׳ װאס זענען געקומען צו דער לװיה, איז געװען דער פראפעםאר פון איר פאקולטעט פון מינכענער אונױוערםיטעט מיט זײן פרוי — אין שװארצע קלײדער. מען האט ארײנגערופן אין דער טויט־האלע די נאענםטע פון רוחמה. פראפעסאר גרויבארד. צװײ קיעלצער חברים, איך און עטלעכע חברטעם פון אוני־ װערםיטעט זענען ארײנגעגאנגען. זי איז געלעגן מיט א שמײכל, דאם מויל איז געװען אביםל אפן. מ׳האט ארויםגעזען די צװײ גרויםע אויבערשטע צײן, װי בײם לעבן... זי האט שוין גאר גישט געברויכט... נישט אײף לעבן, נישט קלײדונג, אויך נישט קײן פרײנטשאפט. זי האט געהאט געענדיקט דעם פאקולטעט פון פיזיקאלאגיע און האלב־ געמאכט דעם פאקולטעט פון מעדיצין. אלץ אין מינכען, אין די ביטערסטע באדינגוגגען מיט גרויסע שװעריקײטן.

passage_d78b1caa8013ffabf2f6145c
Passage 4normalized OCR · source chars 2227-2711

איך האב מיך שפעטער איגטערעםירט. מען זאל שטעלן רוחמה א מצבה. דער ײדישער םטודענטן־פארבאנד אין מינ־ כען האט נישט געהאט קײן געלט, דער קיעלצער פארבאנד האט אויך קײן געלט גישט געהאט... איך האב פראפאנירט די פרײנט פון רוחמה מיר זאלן עטלעכע מענטשן צוזא־ מענלײגן געלט און פרױואט שטעלן א מצבה. װען איך האב פארלאזט מינכען אין 1953 האב איך געלײגט א קראנץ בלו־ מען אויפן קבר׳ אויף װעלכן ם׳האט זיך צומאל קײן מצבח נישט געפונען, נאר א קליץ ברעטל מיט אן אויםשריפט אין קלײנע אותױת : ראמא טשארגאבראדא ז״ל.

passage_17f310eeb3d9155d1443f566