נפתלי קאנערצרקער / אױ כמיעלנילן אין יאר 1956 (תל־אביב) איך בין געקומען קײן פוילן פון רוסלאנד אין יאר 1945. אין לאדזש האב איך בײ כמיעלניקער פרײנט געלאזט דאס ביסל ארעמקײט און גלײך אין זעלבן טאג אװעק אין מײן טײערער הײמשטאט כמיעלניק. אויפן װעג איז מײן קאפ גע־ װען פול מיט מחשבות : אפשר איז עם נאר א בײזער חלום, אט קום איך צוריק און טרעף װײטער מײן טײערע משפחד״ מײן טאטן מענדל און מאמע חנהלע, מײנע ברידער און שװעסטער, מײן ברודער ישכר, דעם גרויםן צױניסטישן עםקן... אזוי טראכטנדיק הער איך װי דער פוילישער שאפער רופט־ אויס : כמיעלניק. איך שטײג אוים אויף דער קיעלצער גאס און איך הויב אן צו גײן אין דער ריכטונג פון נײעם בית הקברות. שוין פון דער װײטנס האב איך געזען דעם הורבן, װאם האט אויף מיר געמאכט א פײנלעכן אײנדרוק : צעבראכענע מצבות, אויםגעריםענע פון די קברים און צעװארפענע אויפן פעלד, װו עם האבן זיך געפאשעט בהמות. איך בין פון דארט אװעק און װי א װאנזיניקער געגאנגען װײטער.
אנגעקומען אויפן מארק האב איך באמערקט, אז די טראטוארן זענען אויסברוקירט פון די מצבות מיט די לשון קודש אויפשריפטן פון אויבן. אויף דער איניציאטױו פון עטלעכע כמיעלניקער ײדן איז מען אװעק מיט אן אינטערװענץ אין אינערן־מיניסטערױם קײן װארשע. מען האט די מצבות צוריק ארויםגעריםז פװ די טראטוארן און אריבערגעפירט אויפי בית־הקברות. װען איך בין אבער װידער געקומען אין יאר נפתלי קאנערצוקער 1956 קײן כמיעלניק׳ זענען נאך די מצבות געלעגן אויפן זעלבן פלאץ. די אלטע כמיעלניקער היסטארישע שול האב איך געטראפן פארװאנדלט אין א תבואה־לאגער. אינעוױיניק הערשט א חורבן און אויך דער בעלעמער איז צעשטערט. אויף דער מזרח־װאנט בײם ארון קודש האב איך געטראפן אויפ־ געצײכנט פארשידענע אנטי־ײדישע קאריקאטורן. פון דעם בנין פון גרויסן בית המדרש און קהילה־ראט איז קײן זכר נישט געבליבן, װײל ער איז נאך פארברענט געװארן אין 1939 בײם ארײנקומען פון די דײטשן. אויך דעם מגידס בית המדרש עקםיםטירט נישט מער. דאם חםידישע בית־המדרש װידער איז פארװאנדלט געװארן אין א מעכאנישן װארשטאט, װאם װערט געלײטעט דורכן ארטיקן קריסט סטאנעק. איך האב אינטערװענירט .אז דער מעכאנישער װארשטאט זאל דעם פלאץ פארלאזן, אבער אן דערפאלג. אזוי זענען אפגעװישט געװארן אלע שפורן פון ײדישן כמיעלניק.
פאר מײן עולה זײן קײן ישראל, םוף 1956, האב איך צום לעצטן מאל באזוכט כמיעלניק.איך האב געמײנט, אז במשך די 11 יאר האט זיך װאם געענדערט. לײדער איז אלץ װי געװען נאכן חורבן. דער מארק אין צענטער פון שטאט איז שאול מאראװיטש, דער זון פון זקן מלמד אױף די חורבות סון כמיעלניקער בית הקברות אין יאר 1957